מה בכך האט געשריבן:קאצקע ציקער האט געשריבן:339535c0-8371-4e8c-863f-77370ca8e0b4-Trump_tweet.jpg
קיק אויפן דאטום ...
נישט צום גלייבן וויזוי ער האט זיך אויפגעפירט
שווער צי גלייבן אז דער קאלעכיגע ביידן אדער עני דעמאקראט וואלט עס געהענדלט בעסער .ושנית און ווען ער וואלט עס יא גענומען מיט די גאנצע שטארקייט וואלט מען אים אראפגעריסן אז ער פארשפארט די לאנד און ברענגט אוינטער די עקאנעמי. איך בין נישט דא אים צי פארענפערן ווייל יעדער האלט אז ער האט עס נישט גוט געהענדעלט,און מאן ייאמר אז א צווייטער וואלט געטון בעסער פון אים..?
איך ווייס טאקע נישט אויב א צווייטער וואלט עס בעסער באהאנדעלט, איך בין נישט באשאנקן מיט רוח הקודש, און יעדער קען זאגן וואס ער וויל. איך האלט אז מיין שוויגער וואלט עס די בעסטע באהאנדעלט, איצט פרעג מיר אפ.
איך האלט אז טראמפ האט קלאר נישט באהאנדעלט קאראנע ווי עס דארף צו זיין, און קען זיין אז קאומא אויך נישט, אבער וואס באדערט מיר מער פון טראמפ איז זיין קאלטבלוטיגע רעאקציע, א זאך וואס מען זעהט נישט ביין קיין איינע אנדערע וועלטס פירער. אין א צייט וואס יעדער זוכט וועגן וויאזוי צו סטאפן די ספרעד, זוכט ער עס צו לייקענען, און אפלאכן דערפון.
גלייכט עס צו צו א יערליכע פלו וואס הארגעט דורכשניטליך בערך 30,000-40,000 מענטשן א יאר.
גיבט שטאף פאר זיינע פענס צו לאכן פון די עקספערטן
מאכט ריזיגע ראליס אין א סיטי, וואס אין די זעלבע צייט אינעם זעלבן סיטי זאגן שפיטעלער אפ אמבולאנסן וואס ברענגן קאוויד פאציענטן צוליב מאנגל אין פלאץ.
טוישט מיינונג יעדע פאר טעג.
טראכט פון זיך בעפאר די צענדעליגער טויזענטער אפעקטירטע
וכו. וכו.