בלאט 1 פון 2

2020 פרעזידענט וואלן רעזולטאטן

הודעהפורסם: דינסטאג נאוועמבער 03, 2020 9:53 pm
דורך חתם סופר
ס'זעהט נישט אויס זייער גוט פאר ביידען

הודעהפורסם: דינסטאג נאוועמבער 03, 2020 9:55 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ביי די סטעיטס וואו מ'ציילט די absentee ballots פאר די היינטיגע ווערט מקוים די פסוק "אם יהיו מדינותיכם כתכלת כשנים יאדימו".

הודעהפורסם: דינסטאג נאוועמבער 03, 2020 10:26 pm
דורך לך לך
ווי איז די בעסטע מיטצוהאלטן סטעיט ביי סטעיט?
לינק ביטע

הודעהפורסם: דינסטאג נאוועמבער 03, 2020 10:28 pm
דורך רביה''ק זי''ע

Re: 2020 פרעזידענט וואלן רעזולטאטן

הודעהפורסם: דינסטאג נאוועמבער 03, 2020 10:29 pm
דורך פאליטיקאנט
לך לך האט געשריבן:ווי איז די בעסטע מיטצוהאלטן סטעיט ביי סטעיט?
לינק ביטע
https://www.nytimes.com/

הודעהפורסם: דינסטאג נאוועמבער 03, 2020 10:43 pm
דורך רביה''ק זי''ע

הודעהפורסם: דינסטאג נאוועמבער 03, 2020 11:59 pm
דורך קורקלענד
אין אנדערע נייעס איז @העניך גענדיגט מיט אנקעטעס!

הודעהפורסם: מיטוואך נאוועמבער 04, 2020 12:04 am
דורך העניך
קורקלענד האט געשריבן:אין אנדערע נייעס איז @העניך גענדיגט מיט אנקעטעס!

יאפ, אזוי קוקט אויס. אבער נאך נישט זיכער.

הודעהפורסם: מיטוואך נאוועמבער 04, 2020 12:16 am
דורך ארי נוהם
העניך האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:אין אנדערע נייעס איז @העניך גענדיגט מיט אנקעטעס!

יאפ, אזוי קוקט אויס. אבער נאך נישט זיכער.

עס איז שוין זיכער.
אפגעזען ווער דער ענדגילטיגער געווינער איז, האבן די אנקעטעס איבער ספעציפישע שטעט ביטער און מיאוס אנגעזעצט זייערע פאראויסשאצונגען.

און איך דארף נאך גלייבן, אז זיי האבן נישט אריינגעמישט קיין פערזענליכע אנשויאונגען/האפענונגען אין זייערע אנקעטעס...

הודעהפורסם: מיטוואך נאוועמבער 04, 2020 12:38 am
דורך בת קול
איך גלייב ווער עס באקומט PA איז דער געוואונער און ביידן האט גרויסע טשאנסן.

Re: 2020 פרעזידענט וואלן רעזולטאטן

הודעהפורסם: מיטוואך נאוועמבער 04, 2020 1:22 am
דורך דער גאלדענער אדלער
בת קול האט געשריבן:איך גלייב ווער עס באקומט PA איז דער געוואונער און ביידן האט גרויסע טשאנסן.
לאו דווקא, דער פרעזידענט קען געווינען אן פענסילוועניע, אבער ס'מיינט נישט אז ער גייט נישט געווינען פענסילוועניע

הודעהפורסם: מיטוואך נאוועמבער 04, 2020 1:26 am
דורך ארי נוהם
איך פארשטיי נישט איין זאך:
לויט decision desk [די מערסטע אקוראט דערווייל], האלט טראמפ כרגע ביי 204 עלעקטארעל וואוטס.
דאס באדייט אז ער דארף קריגן נאך 66 אנצוקומען צום געגארטן 270.

אצינד, נחזי אנן:
טראמפ ליעד אין די פאלגענדע שטאטן גאר קלאר -
דזשארדזשיע - 16 ע"וו [עלעקטארעל וואוטס]
נארט קאראליינע - 15 ע"וו
אייאווע - 6 ע"וו
מאנטענע - 3 ע"וו
אלאסקע [ע"פ ההיסטאריע] - 3 ע"וו
וויסקאנסין - 10 ע"וו
אצינד אויב געווינט טראמפ נאר מישיגען אדער נאר פענסילוועניע האט ער שוין דערגרייכט די 270 מיט א שמיץ אריבער (און ער קען אפילו פארלירן מאנטענע און אריזאנע)
דערווייל שטייט ער בעסער אין ביידע שטעט, און עס איז שווער צו גלייבן אז ער וועט נישט פארכאפן איינע פון זיי.

צי קען מען אננעמען אז טראמפ האט עס "לכאורה" געמאכט?


---
בשעת'ן שרייבן האט decision desk אראפגענומען די וודאות אז טראמפ קריגט אלאבאמע מיט אירע 9 ע"וו. פארט ווייזן אלע מארדזשינס אז טראמפ נעמט עס קלאר, ודברי הקודמים במקומם עומדים.

הודעהפורסם: מיטוואך נאוועמבער 04, 2020 1:30 am
דורך בת קול
ביידנס וועג פון געווינען איז:
נעוואדע- ביידן וועט באקומען קלארק קאונטי און באקומען די סטעיט
מישיגען- וועט ציילן מעיל אין בעלעטס ביז פרייטאג
פענסילוועניע- וועט ציילן מעיל אין בעליטס ביז פרייטאג אויב איך געדענק גוט.
איך גלייב ער קען אויך נאך מאכן וויסקאנסין (מען האט נאנישט געציילט מילוואקי וואס וועט זיין איבער 100,000 שטימען פאר ביידן)
און געוואונען מיט א שמיץ אריבער.

הודעהפורסם: מיטוואך נאוועמבער 04, 2020 1:35 am
דורך קורקלענד
טראמפּ'ס שאנסן זענען בעסער ווי ביידן אבער ער דארף מזל.

הודעהפורסם: מיטוואך נאוועמבער 04, 2020 10:53 am
דורך גבור חיל
יעצט שטייט ביידען אביסל בעסער, אבער ביידע האבן נאך שיינע שאנסן.

הודעהפורסם: מיטוואך נאוועמבער 04, 2020 10:55 am
דורך בת קול
ביידנס טשאנסן זענען גרעסער פאר די וואס קוקן וועלכע בעלעטס מען האט נאכנישט געציילט.

הודעהפורסם: מיטוואך נאוועמבער 04, 2020 11:05 am
דורך גבור חיל
אין וויסקאנסין האלט מען דערווייל ביי 3,170,206 וואוטס געציילט, עס זענען דא דארט 3,129,000 רעגירסטעד וואוטערס...

שטימט? :?:

הודעהפורסם: מיטוואך נאוועמבער 04, 2020 11:39 am
דורך מצפצף
Wisconsin elections commission's website states "the state of Wisconsin has 3.684,726 active voters"

Re: 2020 פרעזידענט וואלן רעזולטאטן

הודעהפורסם: מיטוואך נאוועמבער 04, 2020 12:11 pm
דורך פאליטיקאנט
אויב איז דאס אמת, דאן איז דאס א קלארע ראיה אויף אומקאפעטענטע פעלשונגען אויפן שטייגער ווי צפון קארעא און רוסלאנד, הגם עס קען פונקט אזוי
זיין די טעות פון די באריכטער.


An update gives Biden 100% of new votes — 128k+

.בילד

הודעהפורסם: מיטוואך נאוועמבער 04, 2020 12:43 pm
דורך הרב שיף
בת קול האט געשריבן:ביידנס טשאנסן זענען גרעסער פאר די וואס קוקן וועלכע בעלעטס מען האט נאכנישט געציילט.

און אודאי אויב מען קוקט די בעלעטס פון די וואס האבען נישט געוועלט.

הודעהפורסם: מיטוואך נאוועמבער 04, 2020 1:38 pm
דורך מנחם ציון
ארי נוהם האט געשריבן:עס איז שוין זיכער.
אפגעזען ווער דער ענדגילטיגער געווינער איז, האבן די אנקעטעס איבער ספעציפישע שטעט ביטער און מיאוס אנגעזעצט זייערע פאראויסשאצונגען.

און איך דארף נאך גלייבן, אז זיי האבן נישט אריינגעמישט קיין פערזענליכע אנשויאונגען/האפענונגען אין זייערע אנקעטעס...

פונקט געטראכט, אויב אין '16 ווען זיי זענען געווען off, האט מען זיי פארענטפערט אז ס'איז נאר געווען אין די margin of error
טא, פארוואס זאלן די פאלסטערס -וואס זענען בייעסד פאר ביידען- נישט לכתחילה שטעלן ביידן פאראויס מיט א קליינע פראצענט, און אזוי ארום בויען מאמענטום, און אין ערגסטן פאל זיי פלאפן נאכאמאל, וועלן זיי ווידעראמאל זאגן אז ס'איז נאר געווען אין די margin of error..?

קען זיין אז איך פרעג צו שפעט, איך וואלט עס געדארפט פרעגן בעפאר נעכטן? :idea: :idea:

הודעהפורסם: מיטוואך נאוועמבער 04, 2020 6:23 pm
דורך רביה''ק זי''ע
איך מיין אז די געים איז אווער, ביידען אדער הערריס וועט זיין אונזער נעקסטע פרעזידענט, מ'קען שוין צוריקגיין רעדן פון קאראונע. וואס יא, די אלע ווי מיר וואס האבן ליעב טראמפ ווייל ער מאכט א מצב וועלן גארנישט פארלירן, מ'וועט נאך האבן צו הערן פון איהם אין די נעקסטע פאר וואכן גענוג פאר פיר יאר.

הודעהפורסם: מיטוואך נאוועמבער 04, 2020 6:42 pm
דורך מנחם ציון
נפלה עטרת ראשינו................. :אויוויי: :אויוויי: :קראץ: :קראץ: אוי נא לנו כי חטאנו................. :געוואלד: :געוואלד:

@קאך לעפל מכובד מיט א הספד ששששששששששששששששש.............................

הודעהפורסם: מיטוואך נאוועמבער 04, 2020 6:53 pm
דורך קורקלענד
ביז אכט אין פערציג שעה גייט איהם טוויטער פארמאכן די אקאונט. זיי גייען איהם דע-פלאטפארמען און זיכער מאכן אז מ'וועט קיינמאל נישט געדענקן אדער קענען טרעפן סיי וועלכע רעפערענץ צו איהם. און אמעריקע וועט זיך ווייטער פירן דורך די הויך 'געשעצטער' אחריות'דיגע אינטעליגענץ קאמיוניטי.

הודעהפורסם: מיטוואך נאוועמבער 04, 2020 7:13 pm
דורך רביה''ק זי''ע
אויב אזוי איז עס טאקע א בראך, וועל מיר דארפן זוכן א נייע פארם פון אינטערהאלטונג.