קורקלענד האט געשריבן:מאנכע שמועסן אז CNN האט ארויסגעשלעפט אריזאנע פון ביידן, אין אנדערע נייעס האט RCP צוגענומען פענסילוועניע.
מ'הייבט אן וואקן אויף צוריק.
יתרו האט געשריבן:א מין שאלה? צו ער קען געווינען ? ער האט שוין געווינען און ער וועט ווייטער געווינען ביז ער וועט מיד ווערן פון געווינען וחוזר חלילה.
בדרך אגב, דאס ווייב מיינע האט געהאט שוועריקייטן צו פארשטיין וואס דא גייט פאר, פון איין זייט הערט זי אז טראמפ איז היטלער און זיינע נאכפאלגער זענען ראסיסטן און נאציס, פון דער צווייטער זייט הערט זי אז ער איז גאר משיח בן יוסף און זיינע חסידים זענן חיילות פון דוד מלכא משיחא און זיי באקעמפען די רשעותדיגע דעמאקראטן מיט די מידיע. ווי קען זיין אזא דיפרענץ פון דעות? בע"כ איז איינס פון די צוויי פאריקט, איז וואס איז פשט אז האלב אמעריקע איז משוגע געווארן (די שאלה איז נאר וועלכע האלב)?
יוסטיץ ברויך ארויסקומען פאר יעדן פרייז, איבערהויפט אז דא האט עס נישט מער מיטן יחיד ווי מיטן רבים, דא אידאך דא איבער זיבעציג מיליאָן מענטשן וגם אני בתוכם וואס האבן געוועהלט פארן פרעזידענטאישתישבי האט געשריבן:העניך
טאמער איז געוועהן פראוד אין פענסילוועניע האלסטו אז מען דארף עס אויפווייזען און מאכן טראמפ דער געווינער, אדער וויבאלט טראמפ איז דאך אזא טראמפ דארף מען אים ארויסווארפן אויף יעדער פרייז?
ביבער האט געשריבן:סאיז דא די לופהאל אין די קאנסטיטושן וואס זאגט אז אויב מקען זיך נישט דורכקומען ביז די טאג וואס די עלעקטארס שטימען דעמאלט שטימען די הייזער אבער נאר איין שטימע פאר יעדע סטעיט. און דעמאלט גייען אלע פאפולער שטימעס צונישט.
ווי עס קוקט אויס וועט טראמפ, אלס איינער וואס האט מעולם געמאכט א לעבן אויף לופהאלס, פרובירן אפצוהאלטן די סטעיטס פון סערטיפייען א קאנדידאט דורך אריינגעבן ענדלאזע לאוסוטס און דאס וועט צוברענגען אז די סטעיטס זאלן צום סוף דארפן שטימען, און מיט די מער רויטע סטעיטס וואס סדא האט ער א זיכערע טשענס.
איך האב געקענט באשטיין א טראמפ פרעזידענטסי אבער אויב קומט דאס אויפן חשבון פון די רעפובליק איז צרות ווי א גל. מאידך גיסא איז בעסער אז טראמפ, א טיפש, זאל זיין דער וואס טוט עס און זאל די לאנד עס פיקסן ווי איידער א רשע זאל עס טהון וואס דעמאלט אין לו תיקונו.
העניך האט געשריבן:קורקלענד האט געשריבן:מאנכע שמועסן אז CNN האט ארויסגעשלעפט אריזאנע פון ביידן, אין אנדערע נייעס האט RCP צוגענומען פענסילוועניע.
מ'הייבט אן וואקן אויף צוריק.
CNN האט קיינמאל נישט געגעבן אריזאנע פאר ביידען.
RCP האט קיינמאל נישט געגעבן פענסילוועניע פאר ביידען.
א שאד אז קלוגע אידן גלייבן נארישקייטן און טרייסטן זיך מיט חלשות.
מנחם ציון האט געשריבן:קוויטעל האט געשריבן:אז איינער וויל וויסן וואס טראמפ האלט און טענה'ט, דארף ער הערן זיין לויער - רודי דזשוליאני - וויאזוי ער לייגט פאר די קלאגע.
און יא, לויט זיינע ווערטער איז נישטא קיין ספק, אז טראמפ וועט עס מאכן ביים סופרים קארט, מיט א שמיץ אריבער.
געהערט דערפון, איך זוך נאר די לינק דערצו
מנחם ציון האט געשריבן:https://lh3.googleusercontent.com/m6y3Q0k4dGZ08dcnh4x5_DBkXlWlbBhE-0RAf6eQEEFUOd50rBFlPyu2sn_T2olt5PJt4uA2C8Sz0Hg=m18
![]()
![]()
![]()
גאנצל האט געשריבן:מיט דעם בין איך מיט @העניך ממש אנבעליוועבעל ווי דער עולם דמיונט אריין אויף טויזנט
נאך מער מ'האלט שוין א וואך נאך די עלעקשאנס דער האט נאך נישט געברענגט צום טיש גארנישט ביידן איז גענוג באקוועים פאראויס און נאך אלס דמיונט מען
איך מיין דו האלטסט טאקע אז די קאורט גייט פאר נאו גוד ריזען פסלען 40000 וואויטס אין פענסעלוועיניע ?
עניוועי
אבער די גוטע צייטן אין אמעירטשקא איז פאראיבער
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:די קלעים סאונד טו גוד טו בי טרו.
אויב אבער די טראמפ טיעם האט טאקע ערנסטע עווידענס אויף זייער קלעים, האט דער טראמפ מזל ווי א גוי.
שמעקעדיג האט געשריבן:די הגה קריגט מיט דיין חתימה....
גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט