אונטער חכם האט געשריבן:איך ווייס שוין וואס די טראמפ שטיצער האלטן, איך בין נאר נייגעריג וואס האלטסטו? און אויף וואס דו בויעסט דיין זיכערקייט אין דיינע פאקטן.קורקלענד האט געשריבן:די טראמפּ שטיצער גלויבן נישט די 74 מיליאן ציפערן. זיי האלטן אז ס'איז באמת געווען פיל מער.
איינס.
און נאך איינס.
ווען איר זענט פארטיג מיט דעם וועט מען ברענגן פרישע.
אויף ווי ווייט די באווייזן גייען זענען אפאר זאכן קלאר. איינס, אז ס'איז דא גענוג שטארקע שאלות וואס וואלטן געדארפט פארענטפערט ווערן. צווייטנס, ס'וואלט איהם געמעגט קריגן א טאג אין געריכט פארצולייגן זיינע טענות.
די פארט אז די געריכטן האבן ארויסגעווארפן זיינע קלאגעס אן אפי' הערן וואס ער האט צו זאגן צייגט אז ער האט געהאט א שאנס עס צו מאכן. ווייל ווען ער האט ווען נישט קיין לעגיטימע טשעלענדזש וואלטן זיי איהם זיכער געגעבן זיין טאג אין געריכט!