פראגעס צו העניך

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יהורם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1160
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 554 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2199 מאל

פראגעס צו העניך

שליחה דורך יהורם »

העניך טייערער!

ראשית כל קומט זיך דיר א געוואלדיגער דאנק פארן איבערפרישן קאווע שטיבל מיט אינטערסאנטע אשכולות און קלארע אינהאלטסרייכע געדאנקען. איך הייב אן מיט א קאמפלימענט ווייל עס קומט זיך דיר באמת.

די געשיכטע איז ווי פאלגענד:

איך וואונדער זיך זייער וואס עס האט אייך באוואויגן אנצוהייבן און צו באנייען די מערכה איבער די קאוויד רעגולאציעס פארלעצער, איך וועל עס מסביר זיין פון פארשידענע זייטן און אזוי וועסטו כאפן וואס עס וואונדערט מיר אזוי.

1) איך מיין אז דא אויף קאווע שטיבל זענען נישט דא קיינע ניקים וואס האבן איגנארירט דעם וויירוס, אויב עפעס פארקערט, די פרימיטיווע שטיבל פונעם יהדות החרדית האבן ווידעראמאל אויסגעשפיגן די קאווע וואס זיי האבן דא געטרינקען נאר וויבאלד זיי האבן געזען וויפיל אשכולות עס זענען אלס געשריבן געווארן איבערצואווייזן פארן ציבור די וויכטיגקייט פון זיך היטן דאס געזונט. דעריבער זעה איך נישט צוליב וואס איר האט דירעקט דא אויסגעקליבן דאס ארט אויף צו שרייען איבער דאס וויכטיגקייט פון ונשמרתם.

2) אויב האט איר טאקע אזוי מורא איצטערט פון א פרישע טויט כוואליע אין ניו יארק, דאן פארוואס האט איר זיך נישט אנגערופן אים אנהייב פון דעם ערשטע כוואליע, ווען מענטשן זענען טאקע נישט געווען אפגעהיטן, און ווען מענטשן זענען געגאנגען אין די גאסן און זיך ארומגעהאלזט ווי גארנישט וואלט נישט געשען. איך פרעג אייך די פראגע אלס איינער וואס האט זיך זעלבסט זייער אפגעהיטן און בין נאך עד היום הזה נישט געגאנגען מיטהאלטן קיין שמחות (עכ״פ זיכער נישט מאסקעלאז - טראץ וואס איך גלייב נישט אז דאס איז א מציל - און אזוי אויך נאכנישט געגעבן די האנט פאר קיינעם זינט פאראיאר פורים) און אלס איינער וואס גלייבט יא אין די חכמה פון די דאקטורים און אין סייענס.

3) עס איז נישט מעגליך צו פארלייקענען דעם פאקט אז א ריזיגער צאל אומגעקומענע זענען געווארן פארנאכלעסיגט אין די שפיטעלער, און אזוי אויך האבן די באהערדע גענוצט זייער מאכט איבער די קאמיוניטי אין ברוקלין און דעריבער ברויכט איר אליין פארשטיין אז זינט די אינפארמאציע איז שוין אפן פארן פובליקום קימערן זיך נישט די חסידים מיט די רעגולאציעס דען זיי קוקן דאס אן ווי נאך א פרואוו צו דרייען די נערוון.

4) פילע חסידישע אידן גלייבן באמת אין די קאנספיראציעס וועלכע יאווען זיך, צו אז ביל גייטס האט באשאפן דעם וויירוס צו קענען שטופן דעם וואקסין, צו אז די ׳לינקע׳ האבן עס געמאכט כדי טראמפ׳ע רבי זז״ג זאל פארלירן אין די וואלן, צו אז די מידיא האט דאס געמאכט א.א.וו. - דאס וואס חסידים ציען צו גלייבן אין קאנספיראציעס איז ווערד א באזונדערע אפהאנדלונג, אבער זינט זיי גלייבן דערין באמת וועט קיין שום דאטא און פאקטן זיי טוישן.

5) מיר האבן א באשעפער, עס איז אנגענומען אז שומר מצוה לא ידע דבר רע, אין אדם שומע לי ומפסיד, און אזוי ווייטער נאך פילע ערטער וואס מאכט קלאר פאר א רעכטדענקענדער ארטאדאקסישער איד אז א מנין וועט אים נישט אומברענגען, פארשטייט זיך אז די עקסטרעמיסטן נעמען דאס פאר זייער אייגענע באנוצונגען און שטערן ראציאנאלע מענטשן פון פולקאם גלייבן דערין, אבער איך אלס רעליגיעזער איד גלייב דערין מיטן גאנצן הארץ און דעריבער קלער איך נישט אז דאס איז א סיבה פון די וויירוס פארשפרייטונג.

6) דו אטאקירסט אין דיינע ארטיקלען אלע חרדי׳שע אידן, און דו לאזט אויס דעם פאקט אז די גאנצע וועלט איז שוין מיד פון דעם וויירוס און אירע נערוון קריכנדע רעגולאציעס וואס זענען נאכנישט גענצליך פארזיכערט אז דאס טוט אויף, דאס ווייזט אז איר ווילט נישט אנערקענען אז די גאנצע גענעראציע איז היינט ׳רעקלעס׳ און איז ענדערש אינטערסירט אין האבן א נארמאלן טאג ווי צו זיין זיכער מיטן געזונט.

7) אלע היימישע מאגאזינען זענען כסדר פארנומען אנצוזאגן דעם עולם זיך אויסצוהיטן, אזוי אויך זענען רוב נארמאלע רבנים דערביי און זיי טוען נישט קיין פעולות צו שטערן איינער וואס וועט זיך האלטן צו די רעגולאציעס.

אט די אויבנדערמאנטע זאכן זענען א טייל פון די גרויסע ליסטע וואס איר וואלט געדארפט נעמען אין באטראכט געפארן אטאקירן און שארף אריינשניידן אין דעם עולם, און נאכאמאל צו באטאנען, עס זענען זיכער די די וועלכע פייפן זיך אויס - אבער זיי מוזטו אויפזוכן אויפן אייערוועלט...

נאכאמאל א דאנק פאר דיינע הערליכע ווערק, דאס אז מען קריטיקירט ווייזט נאר אז עס איז געווען צום זאך.

פון ׳מאך זיכער׳ (ביים ווינקל פון קאווע שטיבל זיץ איך געווענליך...)

דער אשכול פארמאגט 21 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר