דורך שבת אחים » פרייטאג דעצעמבער 11, 2020 12:52 am
די דיין זצ״ל איז געוועהן פון די לעצטע אידן וואס האבן נאך קענען געלערענט דעם סב״ק בעל אהבת ישראל מ’וויזניץ נאך אלץ קליין קינד.
אין די שמועסן צווישן דעם דיין זצ״ל און הרה״ק ר׳ מאטעלע מ’וויזניץ בעל תורת מרדכי זצ״ל פארציילט די דיין אפאר אינטערסאנטע מעשיות
אמאל ביי קריאת התורה ווען ער איז נאר געוועהן א קינד פון פינף יאר אלט האט ער געזוכט א חומש, און סאיז געוועהן א גרויסער עולם, און סאיז נישט געוועהן קיין חומש צו געפינען. האט אים די אהבת ישראל געזאגט “יונגעלע קום קוק אריין מיט מיר אין חומש” און די סב״ק האט אים געהאלטן אויף זיין שויס ביז נאך קריאת התורה און אריינקוקט צוזאמען מיט אים דאס גאנצע ליינען.
ער פלעגט גיין שפאצירן מיט די סב״ק טעגליך פאר א שטיק צייט. און איין טאג איז ער נישט געקומען. האט די סב״ק געפרעגט וואו איז די ראחובער קינד?
אויף די רעקארדינג פון די שמועס מיט ר׳ מאטעלע הערט מען ווי דער דיין זצ״ל זאגט פאר ר׳ מאטעלע “איך בין געגעאנגען מיט אים שפאצירן נאך אלץ קינד, און ער האט אריינגעקוקט מיט מיר אין איין חומש״. רופט זיך ר׳ מאטעלע אן “די זיידע האט שוין דעמאלטס געזעהן וואס וועט ארויסקומען פון אייך”
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך
שבת אחים אום פרייטאג דעצעמבער 11, 2020 3:21 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
הרה״ק ר׳ מאטעלע זצ״ל פארציילט:
שב״ק ב׳ סוין איז שוין אנגעקומען די בשורה אין קאסאן אז דער אהבת ישראל איז נסתלק געווארן.
שבת נאכמיטאג האבן די בחורים פון קאסאנער ישיבה געזיצן און פארברענגט. איז די קאסאנער רבי ארויסגעקומען און געפרעגט “ווי קענט איר יעצט לאכן ווען די צדיק-הדור איז נסתלק געווארן?”