די אפסייד פון די אשכנז'ישע אידנטום

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 755
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 512 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 687 מאל

די אפסייד פון די אשכנז'ישע אידנטום

שליחה דורך מנחם ציון »

די וואך איז געעפענט געווארן די 117'טער קאנגרעס פון די פאראייניגטע שטאטן.
אין דער עפענונגס צערמאניע, האט מען באערט דער עלטערער קאנגרעספערזאן עמנואל קליעווער צו איינלייטן די נייע קאנגרעס, מיט תפילה טוהן צו גאט ווי די שטייגער איז.
קליעווער, א דעמאקראט פון מיזורי, האט טאקע אנגענומען די עהרע. א געזיכט פארפאנצעטער האט ער זיך שטאלץ אוועקגעשטעלט אויפ'ן פאדיום, ווי ער האט הערצליך מתפלל געווען אויף די הצלחה פונעם נייעם קאנגרעס, אויספירנדיג אז מיר בעטן צו די נאמען פון גאט, א מאן און א פרוי.
די אומפארשטענדליכע זאץ האט אויפגעשאקלט דאס לאנד, מיינסטנס אין די קאנסערוואטיווע קרייזן, וועלכע האבן זיך געריבן די קעפ, און געקראצט די מארדעס, אפירצוזיכען א באשיידונג אויף דאס געזאגטע.
מאנכע האבן שפעקולירט אז ער רעפערירט צו גאט, זאל ער זיין א פרוי אדער א מאן דער גאט, זאל ער אונז העלפן. נאך א פשט, גאט איז זיכער העכער פון א הומאניטארישע מין, אבער זיין נאמען קען זיין פון א מאנסביל אדער א פרוי. אדער גאר האט ער אינזין געהאט קודשא בריך הוא ושכינתיה, שהם בבחינת זכר ונקבה.. ווער ווייסט....
די אנטשיידונג איז קורצליך דערנאך געקומען, און איז אויפגענומען געווארן מיט כוואליעס פון פרייד, פארווירקליכנדיג דעם "אין שמחה כהתרת הספיקות".
נעמליך, דער בהמ.. אנטשולדיגט קאנגרעס מיטגליד (קנאפע אונטערשייד, וואס?..) האט געוואלט אויספירן זיין געבעהט מיט דער אידישער טראדיציאנאלע אמן, האט ער חלילה נישט געקענט בעפארצוגן און דערמאנען בלויז דעם מענערליכע מין, וואס וועלן טוהן די מיליאנען הומאנען וועלכע פאררופן זיך פרויען איבער'ס לאנד? איז דער קאנגרעספערזאן עפערזאניעל קליעווער אויפגעקומען מיט אן אטאם, מ'וועט זאגן עימען אנד א Wאמען, ואני את נפשי הצלתי ממות, את רגלי מדחי...

האב איך געטראכט צו מיר, אז מ'קיין אפשר דערגיין די שורש פון די פראבלעם.
קליעווער איז א ספרד'דיש\מיטל מזרח אפשטאמיגער. וואלט ער געווען אן אשכנז'זישער, וואלט ער דאך געזאגט אומיין, אדער העכסטנס אמעין. אבער וויבאלד ער אלס ספרדי זאגט אמען, שאפט זיך די פראבלעם הנ"ל, ממילא אירע מה שאירע.

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר