ווער זענען די נאציס אין אמעריקע?

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6611
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4107 מאל

ווער זענען די נאציס אין אמעריקע?

שליחה דורך שבת אחים »

אין די פרעסע איז באריכטעט געווארן אז ביי די געוואלדטאטן אין וואשינגטאן פאריגע וואך איז איינע פון די וואס האבן זיך איינגעבראכן אין די קעפיטאל געטראגן א העמד מיט די אויפשריפט אין ענגליש “קעמפ אוישוויץ” און אינטען איז געשטאנען “ארבעט מאכט פריי”...

איך שריי שוין צו ענק די לעצטע פינף יאהר אז די עקסטרעימע רעפובליקאנער זענען “ווייסע סופרעמיסיסטן” און “אמעריקאנע נאציס”... איך בין ארומגעפארן אין כמעט אלע שטעט אין אמעריקע מיט בערני סענדארס און איך האב גערעדט צו די מענטשען און איך האב מיך עס אליינס איבערצייגט...

היינטיגע צייטן דריי איך מיך טאג טעגליך אויף די עקסטרעימע קאנסערוועטיווע וועבסייטס אויף די “טונקלע-וועב” און סאיז א פחד נורא!!!!
זיי לייקענען די האליקאוסט. זיי שרייבן אז די אידן זענען די ערגסטע מענטשען וואס זענען אין אלע דורות געוועהן די עליטע און באנקירן וואס האבן צוגענומען יעדעמס געלט, הייזער און גערעכענט הויכע פראצענטן. זיי האבן גארנישט געארבעט מיט די הענט און צוגעלייגט צו סאסייעטי. און זיי האבן א ליסטע פון 110 לענדער וואו מהאט ארויסגעווארפן די אידן אין היסטאריע און זיי פרעגן. “איר מיינט טאקע אז די אידן זענען געוועהן אינגאנצן אומשולדיג???”

זיכער נישט אז יעדער רעפובליקאנער איז א נאצי אבער ווען א נאצי זוכט א פארטיי וועט ער קיין דעמאקראט נישט ווערן...
אלע אויף די עקסטרעימע וועבסייטס זענען הייסע טראמפ חסידים...

אז איר וועט פרעגן א היינטיגע איד א ציוני, ווער האט פיינט די אידן די רעכטע אדער די לינקע? וועלן זיי זאגן די לינקע. ווייל זיי זענען קעגן די אקיופאציע!!!! (וואס א גרויס חלק אידן אין מדנ״י זענען קעגן דעם...) אבער ח״ו נישט די רעכטע!!! די רעכטע זענען אידן ליבהאבערס!!!

ווען די רעכטע האבן מארשירט אין שארלאטסוויל האבן זיי געשריגן “Jews will not replace us”...


איין זאך וואס די רעכטע עקסרימיסטן שרייבן אויף זייער וועבזייטל איז מיר זייער געפאלן... ליידער!!!

זיי שרייבן אז היינטיגע צייטן איז דא צוויי מיני אידן אדער דער ציוני וואס האלט אז אידן זענען העכער ווי אלעס אדער דער קאמיוניסט וואס האלטן אז אלע מענטשען זענען גלייך אפילו שווארצע און אידן... גראדע אביסל אמת... און דאס איז די חילוק לויט זיי צווישן די די פרומע און די פרייע אידן...

פאר איר דזשוינט די רעפובליקאנער פארטיי קוקטס נאך מי ומי ההלכים...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
People are usually afraid of change because they fear the unknown. But the single greatest constant of history is that everything changes
Yuval Noah Harari

דער אשכול פארמאגט 37 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר