פרעזידענט טראמפ'ס אויפטוען

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 757
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1802 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 966 מאל

פרעזידענט טראמפ'ס אויפטוען

שליחה דורך אלע צוזאמען »

יעצט נאך וואס פרעזידענט טראמפ האט פארלאזט וואשינגטאן, איז צייט צו אנאליזירן און באטראכטן זיין איין טערמין פרעזידענטשאפט, און טאקע יעצט, נאך איידער די מידיע גייט פארדרייען די מוחות און ארויסשטעלן זייער אלטערנאטיווע ווערסיע.
ווען מען רעדט פון 'דער דאנעלד' קומט אטאמאטיש ארויף זיין בעסט סעלער בוך 'די ארט פונעם דיעל', וואס האט ארויסגעשטעלט דעם ביזנעסמאן טראמפ אלץ א גאר געלונגענע דיעל ברעכער, און אום יאנואר 20 17', האט פרעזידענט טראמפ מיטגעברענגט די אייגענארטיגע חוש צום 'ווייסן הויז', ס'האט טאקע גענומען עטליכע יאר, און די עטליכע יאר האט די מידיע און איין טאן, חוזק געמאכט פון אים ווי עס גייט אים נישט.
די דיעל'ס וואס ער האט אבער און די ענדע באווייזן אויסצוארבייטן איז לעגענדאר, סיי אין די קאמערץ חלק און נאכמער איז די שלום אפמאכן וואס ער האט באוויזן צו געווינען צווישן מדינות ישראל און עטליכע אראבישע לענדער, ווי 'די אראבישע עמיראטן' 'באכרעין' און נאך, מער לענדער האבן שלום געמאכט מיט דאס אידיש לאנד און איין יאר אונטער פרעזידענט טראמפ, ווי אלע לענדער אונטער אלע פרעזידענטן צוזאמען.
און אויך אינערהאלב די ביזנעס וועלט האט דער לאנגיעריגע ביזנעסמאן, איבערגעמאכט אפמאכן מיט לענדער וואס ער האט געהאלטן אז די אפמאכן זענען צו שטארק אקעגן די אינטערעסן פון אמעריקע, ווי למשל דרום קארעא, און די ניי איבערגעמאכטע USMCA מיט אונזערע שכנים 'קאנאדע' און 'מעקסיקא', און ווען דער געוועזענע מעקסיקאנע פרעזידענט איז ארויסגעקומען קריטיקירן דעם אפמאך, האט יעדער געזען אז דאס איז טאקע יא גוט לטובת אמעריקע.
ניין מ'האט נישט גענדיגט און טאקע די גרעסטע קאנקורענט 'כינע' האט מען נישט באוויזן צו ברעכן, טאקע וויבאלד זיי זענען אונזער גרעסטע קעגנער, האבן זיי געקענט דורכשטיפן אפאר שווערע יאר, און יעצט מיט ביידען גייט אלעס צירוק גיין צום אלטן, אבער כאטש האט 'פרעזידענט טראמפ' פרובירט זיי צו באקעמפען.
נאך איינע פון די גרויסע אויפטוען פונעם פרעזידענט, איז געווען דאס אהיימברענגן טויזנטער סאלדאטן פון איבער די גאנצע וועלט, דאס אז 'אמעריקע' איז די פאליציאנט פון די וועלט, דאס איז שוין א פאקט נאך פון דער ערשטער 'רוזעוועלט', 'טראמפ' האט אבער מחליט געווען אז מ'קען אביסל דיפאנדן, די פאליציי שיטה, און צירוק געברענגט טויזנטער פון אונזערע קינדער אהיים, וואס דאס ברענגט ארויף נאך א דערגרייכונג פון די 'טראמפ' יארן.
דהיינו אז 'אמעריקע' איז נישט אריין אין קיין פרישע מלחמה אין די פיר יאר, וואס דאס איז שוין נישט געווען די לעצטע 40-50 לפּחות, נאך א פלאץ ווי ס'האט זיך ארויסגעוויזן 'טראמפ'ס וועג פון 'אמעריקע ערשט', איז ווען ער האט געסטראשעט 'נאטא' אז די איבריגע לענדער מוזן צאלן גרעסערע פראצענטן פון זייער GDP פאר די פארבאנד, אויב נישט ציט זיך 'אמעריקע' ארויס, און ווי די פירער פון 'נאטא' האט מודה געווען,האט די סטראשע געארבעט, און מער לענדער צאלן יעצט אריין גרעסערע פראצענטן.
די זעלבע סטראשע האט ער געשיקט פאר די קלאב פון קינדער וואס רעדן זיך איין אז זיי פירן די וועלט, המכונה UN, דא איז ער געגאנגען א טריט ווייטער, און פאקטיש אפגעשטעלט גרויסע סכומים וואס זענען געגאנגען פאר ארגענעזאציעס אין די UN, ווי די ארגאניזאציע וואס פארפיגט איבער די היסטארישע ערטער איבערן וועלט, און זיך אויך ארויס געצויגן פון די מענטשן רעכט קאמיטע, א קאמיטע ווי 'סאודי אראביע' 'קובא' און 'ווענעזועלע' זענען אנגעלייגטע געסט.
און נישט נאר פון די UN האט די פרעזידענט געשניטן געלט, נאר אויך פון די אמעריקאנע גאווערמענט, מיטן געבן די גרעסטע טעקס קאט פאר די בירגער,וואס האט געלאזט שווער פארדינטע געלטער ביי די ריכטיגע בעלי בתים, נאך א פלאץ ווי 'פרעזידענט טראמפ' האט געשניטן די פרייזן איז ביי מעדעצינען וואס פלעגן קאסטן שווערע געלטער, און אדאנק זיינע שריט, זענען פרייזן היינט צוגענגליך פאר יעדעם.
נאך פארהאן פילע געביטן ווי 'פרעזידענט טראמפ' האט אויפגעטון א געוואלד, זאל עס זיין מיטן אהיימברענגן צענדליגער אמעריקאנער וואס זענען געווען פארכאפט איבער די וועלט ביי טעראר גרופעס, אדער דאס געבן א פרייע האנט פאר די מיליטער אז זיי זאלן קענען טון וואס זיי דארפן, און זיי האבן עס פיין אויסגענוצט ביים אומברענגען טעראריסטן פון 'באגדאדי' ביז 'סולעמאני'.
דאס אנהייבן בויען די וואַנט ביים דרום גרעניץ מיט 'מעקסיקא', געוויסע חלקים האט מען געבויט פון פריש, און געוויסע נאר געדארפט איבערבויען און פארשטערקערן, דאס שניידן רויטע שטריק און רעגולאציעס אין יעדע דעפארטמענט אין די אויפגעבלאזענע רעגירונג, לכולי עלמא פאר אחיינו בני ישראל, די גרעסטע אויפטו זיינע איז געווען די פריזאן רעפארם וואס האט ב''ה ארויס גענומען צענדליגער אידן מאפילה לאורה.
דארפן מיר נאר ענדיגן מיט א דאנק צום בורא עולם, און א תפילה אויף להבא אז אלעס זאל זיין צום גוטן.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר