א שיינעם דאנק אייך! מירון לויפער'ס!

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
גיב א שמייכעל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 134
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 05, 2021 8:45 am
האט שוין געלייקט: 59 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 140 מאל

א שיינעם דאנק אייך! מירון לויפער'ס!

שליחה דורך גיב א שמייכעל »

בשם די הונדרעטער בחורים וואס בלייבן יעצט געשטראנדעט דא אין אמעריקא, און קענען נישט צוריק גיין צו זייערע ישיבות אין ארץ ישראל, רופן מיר דא אויס א הערצליכען 'יישר כח" פאר די אלע מירון-לויפער'ס און רעב-שמעון-שטיפער'ס וואס מיט זייערע מעשי גניבה וגזילה האבן זיי יעצט פארשלאסן די טויערן אויף ביז נאך ל"ג בעומר אנזייענדיג א געפערליכע חילול השם, וביטול תורה!!
גייט יעצט קימען די אויפגעקלערטע יונגערמאן און זאגן 'הא! די בחורים לערנען סייווי דארט נישט קיין אות אחת...' איז זאל ער גיין פרעגן סיי וועלכע טאטע פון בחורים ער וויל, וואס איז בעסער? זיין קינד זאל זיין אין ארץ ישראל, אדער זיין סטא"ק דא אין אמעריקא און אראפ גיין פון זינען אהן א ישיבה?!?
כל מי שיש מח בקדקדו וועט וויסען צו זאגען אז פאר א בחור זיך צו דרייען דא און נישט האבן וואס צוטוהן איז סם המוות ממש! ער פארט קיין ארץ ישראל וועט ער האבן זיין סביבה און זיינע בחורים און ער וועט בלייבן א נארמאלע מענטש! צו ער לערנט יא צו נישט איז נישט קיין נפק"מ יעצט, דא צו בלייבן געשטראנדעט אנע חבירים און אהן א געהעריגע סביבה איז א טויט ארטייל!
איז א דאנקע שעין פאר די אלע וואס "מיזען" פארן צו ר' שמעון -ווייל ר' שמעון קען ממש נישט אנקומען צו זיין תכלית אהן זיי...- און האבן אנגעברענגט דעם חורבן נורא דורכן פעלש'ן פערמיטס, און מיט די הילף פון אפאר געלט-גייציגע טשאלמי'ס געפענט פאלשע ישיבות רעכטס און לינקס און דורכדעם געטיילט פערמיטס פאר ווער ס'געווען גרייט זיך צו לאזען קאסטן די געשוואלענע פרייזען.
איז טאקע עטס זאלטס פארן, זיך אנפאקען די בייכער מיט די פיינע עסן וואס מ'טיילט דארט און נאך אריינכאפען אביסעלע השפעות פון רעב שמעונ'ן, און זעהן טאקע זיך אויסצווויינען אויף די 'היינטיגע דורות' וואס איהר האט אקוראשט אוועקגע'הראגעט אפאר פון זיי...


דיסקלעימע"ר: איך מיין דא חס ושלום נישט אוועק צו מאכען די גרויסקייט פון פארען קיין מירון, וואס כידועה שרייבן ספרים הק' גרויסע זאכען דערויף. אבער אזוי ווי יעדער איינער וואס האט נאר דזשעל"י אינעם מח האט געקענט פארשאצען אז דאס גייט געשעהן, וואלט מען געדארפט אפוועגען די צוויי זאכען וועלכער קומט קודם. וד"ל.
גיב מיר א ליי"ק אדער נישט, א שמייכעל גיב זיכער!

דער אשכול פארמאגט 18 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר