מסירה אויף א געטרייער עסקן - און דער עולם שווייגט

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
עסקן
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 21
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2012 12:27 am
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

מסירה אויף א געטרייער עסקן - און דער עולם שווייגט

שליחה דורך עסקן »

וואס גייט דא פאר? ווי ווייט זענען מיר שוין פארקראכן?

ס'רעדט זיך דא פון א געטרייע עסקן, פון די גרעסטע בעלי חסד וואס וויליאמסבורג פארמאגט, וואס איז אנגעקלאגט געווארן צוזאמען מיט זיין ברודער אויף סעקשאן 8 פראד דורך א מסור ליידער מאחבנ"י, און דער עולם איז שטיל. ר' א. ל. ג. הי"ו איז א איד וואס האט זיך מקריב געווען פאר זיינע אידישע ברודער ווען ער האט געקענט, נישט קוקענדיג צו וואסערע פארטיי אדער חסידות ער באלאנגט, און איז אפלו געווען געצווינגען צו רעזיגנירן פון א פאסטן פארן העלפן א איד אין תפיסה (אויך געווען אלס רעזולטאט ליידער פון א בייזוויליגע מסירה דורך אידן).

דער עולם איז פארנומען מיט אנדערע נארישקייטן, צו פראטעקטן דעם און יענעם, און נאר איינער וואס גייט אהן א בארד אזא איינער איז א מסור, און אים רודף'ן ביזן סוף, אבער אויב גייט ער מיטן חסידישען טראגע מעג ער טוען וואס ער וויל. וואו זענען די אלע גוטהארציגע אידן וואס האבן איבערגעדרייט א שטאט פאר וועבערמאן? וואו זענען זיי? ווייל דער מסור האט א ברייטן היט און ציט עס אראפ ביזן נאז ווען ער דארף גיין צום צורר היהודים אכמעדינעזשאד (וד"ל) וועגן דעם הערט מען נישט קיין פיפס? ווייל די אזוי גערופענע פירער פון וויליאמסבורורג
זענען העכסט צופרידן אז דער געטרייער עסקן ליידט זיך נעבעך צאם וועגן דעם דארפן מיר זיי צופרידן שטעלן און זיין שטיל? ס'איז ני"שט גענוג אזא גרויסע עולה ווי פארקויפן "דער שטערן"? ס'איז נישט גענוג אזא גרויסע עולה ווי פארקויפן דער "עמי" אין וויליאמסבורג? הזאת וויליאמסבורג?

ווען מ'האט איינגעזעצט 26 בחורים און יונגעלייט אפאר יאַר צוריק שמחת תורה אין סאטמערע בהמ"ד אויף ראדני, און נאך יו"ט געקומען פארלאנגען אין קאורט אז מ'זאל

דער אשכול פארמאגט 103 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר