יהא זכרו ברוך

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

הודעהדורך פליקער » דינסטאג יוני 30, 2015 9:06 am

בד"ה ר' חיים יעקב זופניק ע"ה א לאנג יעריגער חבר פון חברה הצלה ד'וויליאמסבורג
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1690
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 1166 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3615 מאל

הודעהדורך ראש הישיבה » מיטוואך יולי 01, 2015 3:29 pm

בד"ה רבי נח ברייער ע"ה 88 פון מאנסי.

נעכטן נאכט נאך איינסער ביינאכט האבן מאנסיער איינוואונער בעגלייט רבי נח ברייער ע"ה צו זיין אייביגער רוה. ער איז געווען איינער פון די 'מאנסי פארניטשאר', אן אלד טיים מאנסיער, תלמיד פון בית מדרש עליון ווי ער האט דארט געלערנט צוזאמן מיט רב משה גרין און נאך בני עלייה. ער האט דארט געדאוונט שבת ויום טוב עד סוף ימיו, און איז געווען גאר נכנע אונטער דער ראש ישיבה זצ"ל ואחריו בממשיכי דרכו די קינדער פון די ראש הישיבה.

רבי נח איז געווען א מלמד מומחה אין ישיבה ספרינג וואלי ביז פאר בערך צעהן יאר צוריק. ער איז געווען א פרייליכער איד אלע מאל געהאט א גוט ווערטל צו זאגן. זיין דאווענען איז געווען מלא חיות. מען האט קיינמאל נישט געהערט פון אים א נעגאטיווע ווארט אויף קיינעם. א סבלן און א ענוותן. ער האט אויך געהאט א געוואלדיגע אהבת התורה, וואס האט זיך ארויסגעזעהן בשעת ער האט געלערנט ווי נאר ער האט געקענט. ער האט אויף געהאט א קליין וויין געשעפט און זיין גאראדזש. ער איז געווען א בעל חסד אויף שטילע פארנעם ווי מען האט געקענט באקומען ביי אים קליינע הלוואות, כאטש ער איז נישט געווען קיין גרויסע בעל פרנסה. די כולל אינגעלייט פלעגן ביי אים קענען קעשן קליינע טשעקלך. ער פלעגט אויך כסדר נעמען מענטשן אויף היטשעס. ווען די פאסענדשיר האט אים געזאגט אז ער ברויך אים נישט צוטראגן און ער קען דא אראפגיין, פלעגט רבי נח ענטפערן וואס מישטו זיך אריין אין מיין מצוה.

ער איז א שוואגער פון רבי מיכל שווארץ און יבלחט"א רבי ראובן בלומינג.

ער האט זוכה געווען אויפצושטעלן דורות ישרים אינקלאדינג עטליכע קינדער וואס זענען חסידי סקווירא.

די לוויה איז געווען פארנט פון בית מדרש עליון ווי עס איז צוזאם געקומען א ציבור אידן וואס האבן נאך מספיק געווען צו הערן די בשורה צוזאמען מיט די בני המשפחה. עס האבן מספיד געווען אין קורצן פון די ראשי ישיבת בית מדרש עליון, זיינס א שוואגער רבי ראובן בלומינג און איינער פון זיינע זוהן, מיט נאך גאר א נאנטע ידיד מיט רבי נח. דערנאך איז ער געקומען לקבורה בבית החיים בסקווירא נאכן דורך גיין בית המדרש הגדול דשיכון סקווירא.

יהא זכרו ברוך
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ראש הישיבה אום מיטוואך יולי 01, 2015 3:42 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 791
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 1131 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1321 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מיטוואך יולי 01, 2015 3:33 pm

ראש הישיבה האט געשריבן:ער פלעגט אויף כסדר נעמען מענטשן אויף היטשעס. ווען די פאסענדשיר האט אים געזאגט אז ער ברויך אים נישט צוטראגן און ער קען דא אראפגיין, פלעגט רבי נח ענטפערן וואס מישטו זיך אריין אין מיין מצוה.


WOW. LIKE
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15100
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17806 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18103 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מיטוואך יולי 01, 2015 3:49 pm

עס דערמאנט מיך אמאל ווי דער אלטער זיטשויבער רבי האט מספיד געווען א געוויסער יענקל אויפן זידטשויבען ניסח.. יענקל. יענקל.. האסט גענומען מענטשען אויף היטשעס, צו זיי האבן יא געוואלט אדער נישט געוואלט....

פראבירן זאל מיך נאר איינער צו נעמען אויף א היטש ווען איך וויל נישט......
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 159 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1840 מאל

הודעהדורך דער געוואגטער יונגעל » מיטוואך יולי 01, 2015 11:39 pm

ר' נח ע"ה איז געווען איין חשוב'ע מענטש , א ריכטיגע דמות פון אן ערליכע איד . אלץ געווען מיט א גוט ווארט א שמייכל , ווי @ראש הישיבה האט שוין מער ווייניגער אלטץ ארויסגעברענג אין קורצן , עס דערמאנט זיך מיר אבער צוויי עפיזאדן וואס איך האב אליין בייגעוואוינט מיט איהם ,

איינס. איך האב איהם אמאל געפרעגט ר' נח . דו ביסט דאך שוין אריבער די ואם בגבורות שמונים ... פארוואס זעצסטו זיך נישט אוועק ביים טיש ? עס זענען דא אידן מיט א יובל יארן יונגער ווי דיר וואס זיצן ביי די בענק ? ער האט מיר אנגעקוקט מיט מאדנע פאקסן . וואס ?? איך זאל זיך אוועק זעצן אין פארנט פון רעבי'ן ?...

צווייטנס. עס איז געווען ביי א וואכן טיש . און עס האט זיך פארגלוסט פאר א קליין בחור'ל א טעלער טשיקן זופ . ווען דער בחור'ל האט אזוי פלינקערהייט געכאפט זיין טעלער זופ האט זיך די קאכעדיגע טעלער זופ אויסגעגאסן אויף ר' נח ארויף , די גאנצע מעשה איז איהם געליגן און גערונען אויפן היט . רעקל . העמד . לייב . עטס קענטס ענק פארשטעלן די אטעמן וואס די צוקוקער האבן געגעבן ..אבער די ערשטע ריאקציע פון ר' נח איז געווען . ער געבט זיך א דריי אויס -- בשעת זיין שכן שלעפט נאך אראפ די איבערגעבליבענע לאקשן פון זיין הוט -- צום פארלוירען געפלעפטע בחור און אנשטאט א בייזע מינע ווי עס פאסט פאר א יוד למעלה די אכטציג . הייבט ער איהם אן בארואיגן מיטן גאנצן רואיגקייט אזש דער בחור וואלט נאך געקענט דאכטן אז ער האט איהם גאר א טובה געטון מיטן אנגיסן ....

די מעשה האט מיר דאן ארויס גענומען פון די כלים !
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1468
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 12:43 am
האט שוין געלייקט: 1962 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3832 מאל

הודעהדורך ריכטיג » דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:19 am

א בילד האט איינער? כ'מיין כ'האב איהם געקענט.
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1813 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1799 מאל

הודעהדורך שלמה המלך » דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:30 am

בד"ה ר' יוסף מנחם האס ע"ה (39) בן הרה"ח ר' הערש מילך האס פון טאהש און איידעם ביי רובינשטיין פון וויליאמסבורג!
נעבעך א שטיב פון 12 יתומים השם ירחם....
באניצער אוואטאר
שלמה המלך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 752
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:39 am

ה' ירחם. איך האב אים גוט געקענט!
וואסי די מעשה געווען?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15100
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17806 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18103 מאל

הודעהדורך שלמה המלך » דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:45 am

געהערט אלץ האלבעטע ווערטער... יא יענע מעשה נישט יענע מעשה נאר אנאנדער אינפעקציע וכדו'
נישט קיין חילוק באמת! דער יונגערמאן איז שוין אויפן עולם האמת!! טשילס טשילס......
באניצער אוואטאר
שלמה המלך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 752
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל

הודעהדורך התם ומתמם עם תמימים » פרייטאג יולי 03, 2015 3:04 pm

בד''ה
נפטר כ''ק אדמו''ר מבלאזוב זצ''ל
געוועהן אלט בערך 79 יאהר נאך זיין נישט געזונט א לאנגע צייט זיך נעבעך געמוטשעט מיט יענע מעשה רח''ל
התם ומתמם עם תמימים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 526
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 12:20 pm
האט שוין געלייקט: 122 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

הודעהדורך פריעד באטשי » פרייטאג יולי 03, 2015 3:06 pm

התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:בד''ה
נפטר כ''ק אדמו''ר מבלאזוב זצ''ל
געוועהן אלט בערך 79 יאהר נאך זיין נישט געזונט א לאנגע צייט זיך נעבעך געמוטשעט מיט יענע מעשה רח''ל

ברוך דיין האמת, יהא זכרו ברוך.
וואס זאגסטע? זאג איבער! :האה?
באניצער אוואטאר
פריעד באטשי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 963
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 21, 2015 12:55 am
האט שוין געלייקט: 1243 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 675 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג יולי 03, 2015 3:12 pm

התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:בד''ה
נפטר כ''ק אדמו''ר מבלאזוב זצ''ל
געוועהן אלט בערך 79 יאהר נאך זיין נישט געזונט א לאנגע צייט זיך נעבעך געמוטשעט מיט יענע מעשה רח''ל

התם ומתממם עם תמימים: כ'האב איהם גוט געקענט. כ'פלעג איהם א סאך מאל באגעגענען אויף די גאס אויפ'ן וועג צו זיין ביהמ"ד אדער צוריק. ער האט מחזק געווען א סאך צובראכענע אידישע נשמות. אליינס זייענדיג א מיטגעמאכטער מענטש, זייענדיג א יתום מאב. און אויפגעוואקסן אין דייטשלאנד אונטער די נאצישע רעגירונג. אויף איהם קענמען זאגן ווי ס'שטייט אין די גמ'..."שייף עייל, שייף נפיק ולא מחזיק טיבותא לנפשיה"...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13151
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14597 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8361 מאל

Re: יהא זכרו ברוך

הודעהדורך petergrifin » מיטוואך יולי 08, 2015 10:53 am

בד'ה ראש ישיבת תפארת אלימלך זצ'ל אויף 12ave.
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1321
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 934 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

Re: יהא זכרו ברוך

הודעהדורך א איד » זונטאג יולי 12, 2015 12:05 pm

מה שמו ושם אביו - ללמוד פרק משניות
און פאר נייגעריגקייט - זיין לעצטע נאמען אויך.
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 708 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 779 מאל

הודעהדורך ישמעאל הכהן » זונטאג יולי 12, 2015 12:21 pm

ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 12:54 pm
האט שוין געלייקט: 1807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2167 מאל

Re: יהא זכרו ברוך

הודעהדורך א איד » זונטאג יולי 12, 2015 12:23 pm

יישר כחכם
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 708 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 779 מאל

הודעהדורך ראש הישיבה » דינסטאג יולי 21, 2015 12:26 pm

הרב אשר אנטשיל איצקאוויטש בן ר' יוסף זצ"ל 85 פון מאנסי מלפנים ב"פ.

א סאטמערע חסיד (מהרז"ל) עד הסוף. בעל הבית פון איצקאוויטץ פראדאקטן. ער האט אויך געירשנט א גראסערי פון זיין טאטע. א ווארעמע חסידישע איד וואס איז געווען פריינטליך מיט יעדן איינעם נישט קיין חילוק ווער און וועלעכע עלטער.

די לויה איז ארויס היינט 11:00 פון בית המדרש ויואל משה אין מאנסי קיין ניו דזשערסי.
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 791
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 1131 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1321 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דינסטאג יולי 21, 2015 1:22 pm

פייגי מייער ע״ה
allegedly Committed suicide
(זי איז געוועהן אויף איינע פון די Footsteps promotional clips)

Woman leaps to death off rooftop bar, patrons keep drinking http://nypost.com/2015/07/21/woman-leap ... -drinking/

http://www.dailymail.co.uk/news/article ... nking.html

http://heavy.com/news/2015/07/faigy-may ... rk-appton/

http://patch.com/new-york/parkslope/fai ... ooftop-bar
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך שבת אחים אום דינסטאג יולי 21, 2015 2:13 pm, רעדאגירט געווארן 4 מאל בסך הכל.
“You know how I define the economic and social classes in this country? The upper class keeps all of the money, pays none of the taxes. The middle class pays all of the taxes, does all of the work. The poor are there just to scare the shit out of the middle class. Keep 'em showing up at those jobs”
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6035
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3529 מאל

הודעהדורך ליפא » דינסטאג יולי 21, 2015 1:32 pm

The Levaya for Faigy Mayer will be 2:00 in Shomrei Hadas
טראמפ! טראמפ! טראמפ!
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2069
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 1973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1812 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דינסטאג יולי 21, 2015 1:40 pm

http://channel.nationalgeographic.com/v ... ular-life/
א קליפ פון פייגי מייער ע״ה
“You know how I define the economic and social classes in this country? The upper class keeps all of the money, pays none of the taxes. The middle class pays all of the taxes, does all of the work. The poor are there just to scare the shit out of the middle class. Keep 'em showing up at those jobs”
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6035
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3529 מאל

הודעהדורך דריידל » דינסטאג יולי 21, 2015 1:41 pm

לויט ווי מ'גיט איבער איז נישט זיכער אז ס'איז געווען סואיסייד. זי איז ווארשיינדליך געווען אנגעשאשקעט און די געיט דארט איז נישט צו הויך. טאמער ליינט מען זיך אן אדער מ'בייקט זיך איבער ביים געיט און מ'פארלירט די באלאנס קען מען פשוט אראפפאלן.

אגב, איז זי עפעס משפחה מיט מאטי מייער וואס וואינט אין מונקאטש?
פארדריי די דיר דיין קאפ
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1143
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 1:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1294 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1369 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » דינסטאג יולי 21, 2015 2:09 pm

גיי ווייס וואס עס איז געווען...

מען האלט און איין זעהן אז די אלע וואס גייען ח''ו אראפ פון אידישען וועג, און שטעלן אן א פנים ווי זיי זענען באפרייט געווארן פינעם פרעשור, און אז זיי זענען געקומען צום שכל.. אד''ג, זענען באמת גאר טייערע מיטגעמאכטע נשמות, וואס ספראווען זיך ביטער שווער מיט זייער גייסטישע און עמאציענאלע מיטמאכענישען... עס איז זיי ליידער גארנישט אזוי גוט ווי זיי געבן עס אראפ...

אלענפאלס זאל די מיטגעמאכטע נשמה טרעפן איר ריכטיגע מנוחה, און די גייסטישע ליידען וואס זי האט זיך נעבאך אנגעליטן אין איר קורצע לעבן, זאלן איר ביישטיין און זאלן איר זיין צו א זכות. און דער הייליגער בעל הרחמים זאל איר נעמן אונטער זיין פליגעל, ביז מיר וועלן זוכה זיין צו ויקיצו וירננו שוכני עפר, בביאת משיחינו וגואלינו במהרה דידן מתוך רחמיו וחסדיו אמן....
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 159 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1840 מאל

Re: יהא זכרו ברוך

הודעהדורך chaims » דינסטאג יולי 21, 2015 2:15 pm

קאך_לעפל האט געשריבן:גיי ווייס וואס עס איז געווען...

מען האלט און איין זעהן אז די אלע וואס גייען ח''ו אראפ פון אידישען וועג, און שטעלן אן א פנים ווי זיי זענען באפרייט געווארן פינעם פרעשור, און אז זיי זענען געקומען צום שכל.. אד''ג, זענען באמת גאר טייערע מיטגעמאכטע נשמות, וואס ספראווען זיך ביטער שווער מיט זייער גייסטישע און עמאציענאלע מיטמאכענישען... עס איז זיי ליידער גארנישט אזוי גוט ווי זיי געבן עס אראפ...

יא יא קיינער איז נישט שולדיג אין די שוועריקייטען וואס זיי גייען דורך
בתהיענהאלערט
I can't believe I just said that...
chaims
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 201
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2012 8:42 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל

הודעהדורך פריעד באטשי » דינסטאג יולי 21, 2015 7:24 pm

ליפא האט געשריבן:The Levaya for Faigy Mayer will be 2:00 in Shomrei Hadas

א בילד פון די פאליציי ביים צענע...
בייגעלייגטע פיילס
image.jpg
image.jpg (82.18 KiB) געזען געווארן 2304 מאל
וואס זאגסטע? זאג איבער! :האה?
באניצער אוואטאר
פריעד באטשי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 963
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 21, 2015 12:55 am
האט שוין געלייקט: 1243 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 675 מאל

הודעהדורך ליפא » דינסטאג יולי 21, 2015 9:34 pm

טעאדער ביקעל 91 יאר.
טראמפ! טראמפ! טראמפ!
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2069
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 1973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1812 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 5 געסט