יהא זכרו ברוך

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

כ"ק אדמו"ר מזוועיהל יוניאן סיטי זצ"ל

הודעהדורך מיר'ער בחור » פרייטאג יולי 21, 2017 8:25 am

ברוך דיין האמת.
מיט גרויס צער און טרויער האבן חסידי וידידי בית צאנז קלויזנבורג - זוועיהל פון איבער די גארער וועלט אויפגענומען היינט צופרי די ביטערע בשורה אז נצחו אראלים את המצוקים און ליידער האט הגאון הצדיק כ"ק מרן אדמו"ר רבי שלמה בן מרדכי זכר צדיק לברכה צוריקגעקערט נשמתו ליוצרו לדאבון לבנו.

די לויה וועט פארקומען אין בית המדרש הגדול אין יוניאן סיטי ארום 11:30.

ויהי רצון שנשמע ונתבשר בשורות טובות.
מיר'ער בחור
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 137
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 28, 2016 5:37 pm
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

הודעהדורך מיר'ער בחור » מוצ"ש יולי 22, 2017 11:46 pm

די מיטה פארט ארויס יעצט מוצ"ש פון JFK קיין ארץ ישראל ווי די לויה וועט פארקומען מארגן זונטאג ארום 7:30 פארנאכטס אין בית המדרש הגדול צאנז אויפ'ן וועג צום הר הזיתים ווי די רבי זצ"ל וועט קומען לקבורה לעבן קברי אבותיו.
מיר'ער בחור
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 137
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 28, 2016 5:37 pm
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

הודעהדורך בן ישי » זונטאג יולי 23, 2017 4:50 pm

הגה"צ ר' בערל ווייס שליט"א חדב"ן אדמו"ר מקלוזענבורג זצוק"ל וואס איז שוין לאנגע יארן צוקריגט מיט זיין שוואגער האדמו"ר מ'צאנז שליט"א האט מספיד געווען אדמו"ר מ'זוויהעל זצ"ל אין צאנזער ביהמ"ד אין אנגעפאנגען מיט "ברשות די שוואגער".
דוד בן ישי עבדך משיחך
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1356
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 228 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 618 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » זונטאג יולי 23, 2017 5:52 pm

בן ישי האט געשריבן:הגה"צ ר' בערל ווייס שליט"א חדב"ן אדמו"ר מקלוזענבורג זצוק"ל וואס איז שוין לאנגע יארן צוקריגט מיט זיין שוואגער האדמו"ר מ'צאנז שליט"א האט מספיד געווען אדמו"ר מ'זוויהעל זצ"ל אין צאנזער ביהמ"ד אין אנגעפאנגען מיט "ברשות די שוואגער".

אווודאי אזוי.. ער האט איינמאל פראבירט אן רשות און ער האט פארלוירן...
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8466 מאל

הודעהדורך מיר'ער בחור » מאנטאג יולי 24, 2017 1:04 pm

בן ישי האט געשריבן:הגה"צ ר' בערל ווייס שליט"א חדב"ן אדמו"ר מקלוזענבורג זצוק"ל וואס איז שוין לאנגע יארן צוקריגט מיט זיין שוואגער האדמו"ר מ'צאנז שליט"א האט מספיד געווען אדמו"ר מ'זוויהעל זצ"ל אין צאנזער ביהמ"ד אין אנגעפאנגען מיט "ברשות די שוואגער".

נישט ממש, ער האט אנגעפאנגען מיט'ן זאגן "מ'האט יעצט געהערט פונעם רבי'ן זאל זיין געזונט".....
מיר'ער בחור
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 137
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 28, 2016 5:37 pm
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג יולי 24, 2017 2:23 pm

וואס מיינסטו: ס'איז עיקבתא דמשיחא. ס'איז שוין כלו כל הקונצן. און אפילו די רעבעס וועללן שוין בע"כ איינזעהן אז ס'איז שוין צייט צו סטאפן מיט די בעיבישע זאכן.איך ווארט שוין קוים ווען מ'וועט אנאנסירן א (אמת'דיגן) שלום צווישן די ארונים און זאלונים פראקציעס...! די אזויגערופענע בני יואל קענען בלייבן דארט וואו זיי זענען. קיינער דארף זיי נישט. איך זיכער נישט. זאללן זיי קרוינען ר' יוסף בן מרים וואלדמאן אלס זייער קולט פיהרער. און זאללן זיי איהם פארגעטערן.די גרויסע צדיקים מעגן גיין צו פראטעסטן צוזאמען מיט די גויי'אישע אנטיסעמיטן. און זיי בלייבן נאכאלץ העיליג. און יענער איז גאר דער שייגעץ...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13145
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14588 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8360 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מאנטאג יולי 24, 2017 3:14 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:וואס מיינסטו: ס'איז עיקבתא דמשיחא. ס'איז שוין כלו כל הקונצן. און אפילו די רעבעס וועללן שוין בע"כ איינזעהן אז ס'איז שוין צייט צו סטאפן מיט די בעיבישע זאכן.איך ווארט שוין קוים ווען מ'וועט אנאנסירן א (אמת'דיגן) שלום צווישן די ארונים און זאלונים פראקציעס...! די אזויגערופענע בני יואל קענען בלייבן דארט וואו זיי זענען. קיינער דארף זיי נישט. איך זיכער נישט. זאללן זיי קרוינען ר' יוסף בן מרים וואלדמאן אלס זייער קולט פיהרער. און זאללן זיי איהם פארגעטערן.די גרויסע צדיקים מעגן גיין צו פראטעסטן צוזאמען מיט די גויי'אישע אנטיסעמיטן. און זיי בלייבן נאכאלץ העיליג. און יענער איז גאר דער שייגעץ...!


כוויל נישט באסטן דיין באבל, אבער סאיז לכאורה דא א גרעסערע טשאנס אז ר׳ יואליש זאל אויפשטיין תחיית המתים ה׳ אייר און לויפן מיט די תכריכים צום כותל המערבי אין ירושלים און בלאזן שופר. ווי דער אדמור פון ״מאנדרא״ וועט ״שלום״ מאכן מיט איינעם, פארדעם וועט ער דארפן נאכמאל מגולגל ווערן מיט א אנדערע ״לעצטע נאמען״....

אה און מזעהט אין דיין תגובה נישט ווייניג ״שנאת ישראל״ וואס סענדער דער דויטש און אנדערע פארביטערטע סאקומרים האבן דיר אריינגעפרעגלט אלע יאהרן צו די ״ווערימיגע קינדער״ כאילו זיי זענען גענצליך נישט מ״זרע ישראל״ ווייל זיי גייען נישט אין שפאן מיט דעם רבין וואס רופט אידישע קינדער ממזרים ווייל מ׳האט ״אים״ נישט אריין געשטיפט אפאר מאות ביי די חופה...

יעצט געוואלדיג קענסט עס אויסמעקן.... סאיז דאך ממש כפירה!
“You know how I define the economic and social classes in this country? The upper class keeps all of the money, pays none of the taxes. The middle class pays all of the taxes, does all of the work. The poor are there just to scare the shit out of the middle class. Keep 'em showing up at those jobs”
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6035
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3528 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מאנטאג יולי 24, 2017 7:42 pm

שבת אחים האט געשריבן:מ'זעהט אין דיין תגובה נישט ווייניג "שנאת ישראל" וואס סענדער דער דויטש און אנדערע פארביטערטע סאקמורים האבן דיר אריינגעפרעגלט אלע יאהרן צו די "ווערעמיגע קינדער", כאילו זיי זענען גענצליך נישט מ"זרע ישראל" ווייל זיי גייען נישט אין שפאן מיט דעם רבי'ן..

ריכטיגע דיבורים!
א לייק פאר דעם שטיקל :like
בערל עס איז צייט זיך מתבונן צו זיין. דו כאפסט אז האסט פיינט אזויפיל ערליכע אידן שומרי תומ"צ בעת דו האסט ליב בלב שלם פושעים און כופרים?

איצט אין די 9 טעג, ווען מיר דארפן ארבעטן אויף אהבת חנם, איז צייט צו מאכן א שטיקל חשבון הנפש, וועמען האב איך ליב און וועמען האב איך פיינט.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15097
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17804 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18099 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג יולי 24, 2017 8:02 pm

שמעקעדיג: איך וועל ענטפערן על ראשון אחרון ועל אחרון מפטיר. צו ערשט וועל איך מיך אדרעסירן צו דיר. מ'זעהט פון דיינע תגובות און דיבורים אז כאטש דו ביסט א וואוילער איד א בעל מידות טובות, האסטו אן איינגעבאקענע שנאה צו ר' אהרן טייטלבוים שליט"א פון מאנרא. איך האב גארנישט איינגעלייגט ביי איהם. איך באקום נישט קיין וועידזשעס אדער קאמישאן פון איהם. נאר איך האלט פשוט אז הצדק והיושר עמו. מ'האט איהם גאר שטארק בא'עוולה'ט און געוואלט (מ'איז נישט געבליבן ביים וועללן.) אוועקנעמען זיין חלק פון מנהיגות וואס קומט איהם עפ"י תורה. אויך איז ער א איד א גרויסער ת"ח און בעל מידות טובות. אוודאי. קיינער וועט נישט שטיין גלייכגילטיג און צוקוקן ווען מ'בא'עוולה'ט איהם און ער וועט שמייכלען. א יעדער טוט וואס ער קען בעז"ה זיך צו באשוצן. און ווען איינער גייט ארויס אויף א שפיעל פון מלחמה און ער פארלירט קען ער צו קיינעם נישט האבן קיין טענות. נאר צו זיך אליינס. אעפי"כ לאזט מען א יעדן איינעם וואוינען אין קרית יואל. אפילו מורדים אויך. ווילאנג זיי זיצן איין. אונז אלע ווייסן מיר גאנץ גוט וויאזוי מ'וואלט באהאנדלט ענליכע מענטשן אין סיי וועלכן חסידות, ווי למשל וויזשניץ אדער בעלז...! יעצט, לגבי מיין ליעב האבן פושעי ישראלים. ניין. איך האב זיי נישט ליעב. (אויסער אונזער שבת אחים, פארשטייצעץ...) אבער אויף א איד קען איך דאך נישט זאגן א יעדע מינוט ימ"ש, שר"י און עפ"ל...!

יעצט עמיר גיין צו אונזער גוטן פריינט. א רוחניות'דיגער אייניקל פונ'ם בעל אהבת ישראל. אין דיין יעצטיגע תגובה האסטו צוזאם גערעדט הוילע שטותים והבלים. כדרכך בקודש. מה ענין סענדער דער דויטש, כלשונך ק/פ פון שמעקעדיג...! אצל שלום ביי די רעבעס...! יא. איך האב זיי ביידע ליעב. און דיינע אויסדרוקן איבער א איד א גאון וצדיק יסוד עולם. א קדוש וטהור זענען זייער נישט שיין. אויכעט נאריש. מ'רעדט דאך דא נישט פון ליפא שמעלצער און זיין שפיעלן אויף בראדוועי...! עפטער אלל...! אדהערווייז העוו עי נייס דעי... :lol: .
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13145
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14588 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8360 מאל

הודעהדורך ימים ידברו » מאנטאג יולי 24, 2017 8:47 pm

רעב בערל בעל עגלה איך וויל נישט מישען די קאשע דא אבער איין היסטארישע הערה האב איך פאר דיר למען ידע די מיט אלע אנדערע וואס טראכטען אזוי ווי דיך....
די ענין פון רעביסטיווע האט נישט מיט בכורה קיין שייכות!
לאמיר שפאצירען דורך אלע חצרות ותיראו נפלאות!
קודם דא אין סיגעט, דער קדושת יו"ט איז נישט געווען דער עלצטער! ווי יעדער בר בי רב דחד יומא ווייסט די מימרא פון הייליגען ייטב לב כדי סיגעט זאל בלייבען סיגעט דארף די ייטב לב זיין די יורש.
אין בעלזא, דער הייליגער מהרי"ד איז נישט געווען דער עלצטער, און אויך דער מהר"י איז נישט געווען דער עלצטער!
גראדע מהר"א איז יא געווען!
אין וויזנץ, דער אמרי חיים איז נישט געווען דער עלצטער! די ווישוויער רב איז געווען עלטער ולא עלתה לו, און מיין נישט אז דער ווישיווע רב האט עפעס געפעלט ער איז געווען מער געלונגען ווי דער אמרי חיים זי"ע אבער רעביסטיוועהאט גהערט צום אמרי חיים,
אין גור, האט די אמרי אמת געלאזט צוואה אז זיין ברידער זאל איבער נעמען ולא נעשה מפני השואה כידוע!
אין סאדיגער, איז דער פחד יצחק פון באיאן געווען דער עלצטער ואחיו הקטון האט איבערגענימען וד"ל,
בימינו אלה! אין באבוב 45 איז מהרמ"ד אונגאר דער צווייטער איידעם,
תוד"א, איז געגאנגען צום צווייטען זון,
די ענין פון רעביסטיווע, האט מיט סיעתא דישמיא, ווער עס זאל זיין מקובל לשמים ולארץ, למשל די סקווירא רבי ז"ל איז געווען פון די אינגערע קינדער, אמת אלע זענען געווען אדמורי סקווירא אבער די שלשלת האט זיך געצויגען דורך רבי יעקב יוסף זי"ע, ושם סקווירא ידוע לעולם על ידיו,
קוק אין וויזשניץ בכלל אלע קינדער פון אהבת ישראל זענען געווען אדמורים און איבערגעלאזט יורשים חוץ דער דמשק אבער העיקר נשאר אצל האמרי חיים וקצת אצל הסערעטער, כי כך הוא משמים! ואין לפלפל בזה,
ס'האט נישט מיט קיין פלאן פון פאראויס ס'האט נישט פארוועם די מיינסט ס'קומט ס'האט מיט איין זאך סיעתא דישמיא און רצון ד', דערפאר איז נישט קיין ווינדער די מעשה אין סאטמאר אין וויזשניץ ועוד מקומות שלכאורה הוא נגד השכל הפשוט, ווען מ'האט געוויזען לאברהם אבינו דור ודורשיו האט מען דאס פונקטליך צו געוויזען ואין להקשות ואין לעשות כלום כך עלתה להקב"ה ודי בזה, שכוח












1 !
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 207 מאל

Re: יהא זכרו ברוך

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » מאנטאג יולי 24, 2017 9:11 pm

@ימים ידברו

"די ענין פון רעביסטיווע, האט מיט סיעתא דישמיא"

וואו פאר א שווארץ קאפל קומט גאט אריין אין די פיקטשער, כל דאלים גבר!!!! האסט מער פלייש, האסט מער געלט, איז עס דיין'ס און אנישט קענסטו גיין בארן קלאפן, קארט, דין תורה, פראטעסטירן, דעטס איט.
לאז אפ גאט, מיש נישט אריין גאט אחן יעדע מחלוקה
דער גאלדענער אדלער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 684
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 3507 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1328 מאל

Re: יהא זכרו ברוך

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יולי 24, 2017 9:46 pm

טאקע א חידוש. פ"וו האט מען געמוזט גייען אין קאורט אז ס׳האט אלץ מיט הימעלישע חשבונות? זעט זיך אויס הימעל איז א שם נרדף פאר קאורט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8691
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3034 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8155 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מאנטאג יולי 24, 2017 11:54 pm

@ימים ידברו
די סיבה פארוואס די אמרי חיים זצ״ל איז געווארן די ממלא מקום און נישט זיין עלטערע ברודער דער ווישעווער רב הרה״ק ר׳ מנחם מענדיל האגער זצ״ל וואס מ׳האט אים גערופן ״דער ספרים שאפע״ ווייל ער איז געוועהן גאר א גרויסער גאון און חריף.

דער ווישעווער האט זיך געמאכט א אייגענע רביסטווע נאך ווען די אהבת ישראל האט געלעבט, ער האט געהאט א גרויסע ישיבה דעמאלטס אין יענע צייטן, מיט א דארמאטארי, און ער האט עמטליך געפירט רביסטיווע מיט אלע צוגהערן אין ׳די ווישעוועס׳. ער איז געוועהן לכאורה די געלונגנסטע וויזנצער קינד פון אלע וויזניצע רביס (נאך זיין טאטען דער אהבת ישראל שטייצעך). ער וואלט געקענט איינשלינגען די וועלט ווען ער לעבט ווען איבער און וואלט ארויפגעקומען קיין א״י אזויווי זיינע ברודערס, ער איז געוועהן א מושלים (וויאזוי ספעלט מען די ווארט?), געהאט אלע מעלות אינאיינעם.

ווידער ר׳ חיים מאירל איז אייביג געוועהן ביי זיין טאטע דער אהבת ישראל, ער איז טאקע געוועהן רב אין ווילחאוויץ (ווי מיין זיידע האט געוואוינט) אבער ער האט נישט געפירט קיין גרויסע רביסטיווע דארט ווילאנג זיין טאטע האט געלעבט, און ער איז רוב צייט בכלל נישט דארט געוועהן אויף דער עלטער פון זיין טאטע. רוב וויזנצער חסידים האבן בכלל נישט אזוי גיט געקענט דעם ווישעווער און זיי האבן ענדערש געוואלט די אמרי חיים אלץ וויזניצער רבי, ווען די אהבת ישראל איז נסתלק געווארן איז דער ווישווער רב דאן געוועהן אויף א באזוך אין אמעריקא ביי זיין שווער וואס האט דא געוואוינט און דעמאלטס איז מען נאך געפארן מיט שיפן, סהאט גענומען היפש אפאר וואכן ביז ער איז צוריק געקומען. ער איז געזיצן שבעה אין אמעריקא, אין וויליאמסבורג אויף בעדפארד און דיוויזשאן עוועניא ווי די קליוואנדער-סטרוזניצער שול איז היינט.

ווען ער איז צוריק געקומען קיין גרויסווארדיין פון אמעריקא האט ער באגריסט זיין יוגערע ברודער אלץ ״ממלא מקום״, ער האט געבעטן זיינע חסידים מזאל ח״ו נישט מאכן קיין מחלוקת, ער איז מסכים צוזיין ווישעווע און זיין ברודער וויזניץ

אוי האט ער געהאט פלאם פייערדיגע חסידים איך האב געקענט אפאר,ווי למשל הרה״ח ר׳ בנציון טאבאק ע״ה וואס האט געוואוינט אין וויליאמסבורג שפעטער זענען אלע צוריק געקומען צום אמרי חיים במילא.
“You know how I define the economic and social classes in this country? The upper class keeps all of the money, pays none of the taxes. The middle class pays all of the taxes, does all of the work. The poor are there just to scare the shit out of the middle class. Keep 'em showing up at those jobs”
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6035
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3528 מאל

הודעהדורך וואלווי » דינסטאג יולי 25, 2017 1:43 am

שבת, איז די וויזניצע השתלשלות דען נישט א ראי' אז אלעס פון הימעל?

נ"ב, יעצט let's zero in on viznitz אין בארא פארק. דער אור שלום, קאסובער רבי...
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2280
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3182 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2974 מאל

הודעהדורך שבת אחים » פרייטאג יולי 28, 2017 2:26 am

וואלווי האט געשריבן:שבת, איז די וויזניצע השתלשלות דען נישט א ראי' אז אלעס פון הימעל?

נ"ב, יעצט let's zero in on viznitz אין בארא פארק. דער אור שלום, קאסובער רבי...


האסט דאך אויסגעלאזט ר׳ ישראל ארנסטר, ר׳ ישראל אליעזר אדלער, ר׳ מאטל אדלער ז״ל ר׳ חיים האגער מזאליטשיק (אח של אדמור מאדום)

כוועל דיר פארציילן א שיינע אמתע עובדא פונעם הייליגען ״אור שלום״ ר׳ פיניעלע (פנחס שלום) זצ״ל ר׳ מאטעלעס עלצטע זוהן וואס איז לעצטענס אוועק.

ווען ער האט געקויפט זיין הויז אין בארא פארק מיט יאהרן צוריק. ער איז געגאנגען קוקן דאס הויז צוזאמען מיט הרה״ח הנגיד ר׳ לייבל איינהארן ע״ה (וויזניצער ראש הקהל). ווען מאיז אנגעקומען פארנט פון די הויז האט דער צדיק באטראכט די הויז פון אינדורסן און גלייך געפרעגט דעם ראש הקהל

״די טרעפ גייען נאר אויף ארויף אדער מ׳קען מיט דעם אראפגיין אויך״???

נא פרעג איך דיר? איז ער נישט געוועהן קיין חריף???
“You know how I define the economic and social classes in this country? The upper class keeps all of the money, pays none of the taxes. The middle class pays all of the taxes, does all of the work. The poor are there just to scare the shit out of the middle class. Keep 'em showing up at those jobs”
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6035
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3528 מאל

הודעהדורך diff » פרייטאג יולי 28, 2017 3:16 am

קינדער פון ווישניץ תלמוד תורה וויינען זיך אויס אויפען בעט פון דער ווישניצער רבי זי"ע

בילד
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 298 מאל

הודעהדורך ברוך שאמר » מוצ"ש יולי 29, 2017 10:42 pm

ר'אברהם היילפערין ע"ה
ברוך שאמר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 360
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 11:55 pm
האט שוין געלייקט: 31 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל

הודעהדורך מאן דאמר » מוצ"ש יולי 29, 2017 11:57 pm

בד״ה ר׳ הרשל סג״ל פון ירושלים
פלוצלינג אוועק זייענדיג אין צפת אויף שבת
http://m.bhol.co.il/article.aspx?id=122215
However beautiful the strategy, you should occasionally look at the results.
– Winston Churchill
באניצער אוואטאר
מאן דאמר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 5:29 pm
האט שוין געלייקט: 318 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 170 מאל

Re: יהא זכרו ברוך

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יולי 30, 2017 12:01 am

ברוך שאמר האט געשריבן:ר'אברהם היילפערין ע"ה

וועלכע?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8691
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3034 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8155 מאל

הודעהדורך איש את רעהו » זונטאג יולי 30, 2017 12:50 am

מאנהעטן
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2161
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 10:21 am
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 476 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יולי 30, 2017 11:24 am

פארוואס קען מען נישט שרייבען געהעריג?

ר' אברהם הלפרן, בן ר' נחום יואל, בן ר' חיים יעקב. פון די באקאנטע הלפרנ'ס פון בני ברק, וואס זענען געווען נאנט מיט'ן חזו"א און אויסגעהאלטען זיינע צדקות. רוזין/סאדיגורער חסידים.

די לעצטע פאר יאר געוואוינט אין לעיקוואד.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8691
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3034 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8155 מאל

הודעהדורך diff » זונטאג יולי 30, 2017 11:50 am

diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 298 מאל

Re: יהא זכרו ברוך

הודעהדורך HotCoffee » מאנטאג אוגוסט 28, 2017 6:22 pm

IMG-20170829-WA0009.jpg
בד''ה
אברהם שמואל קעפעטש פון וומסב''ג, 55 יאר אלט
HotCoffee
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 12, 2014 9:54 am
האט שוין געלייקט: 647 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 28, 2017 7:35 pm

האט קאפפי" בד"ה. א באקאנטער איד געווען. פון וואס איז ער אוועק...?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13145
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14588 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8360 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:27 pm

וואס הייסט פון וואס?

כמובן פון דער וועלט... ;)
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 7295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4870 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט