ראש הישיבה האט געשריבן:הרב מרדכי צבי סאסנע איז געווען א איד א תלמוד חכם. ער איז געווען א ווארימע איד. יושב ראש ועד להרמת קרן התורה. פלעגט ארויס געבן קונטרסים בענין רעדן ביים דאווענען. אמן יהש"ר בכל כוחו. ועוד. ער פלעגט ארום גיין נאך געלט און מאכן אפילס פאר יד לאחים.
ער האט מיר אלע מאל עושה רושם געווען ווי א חשובע איד
איך מיין אז אלס קינד בין איך געגאנגען אין קעמפ צוזאמען מיט איינער פון זיינע קינדער פאר איין זימער
יהא זכרו ברוך
ערליכער איד האט געשריבן:אשת ר' יואל יעקב מייזליש (35)שאפראנער רב זון,
איז ער דער וואס געט ארויס דעי משמרת חומותינו?
כוכב האט געשריבן:דא איז נישט אייוועלט און א גבאי איז א ציווילע בירגער מיט אלע פריוויליגיעס וואס א פשוטע ציווילע ניק האט.
בכל אופן האב איך אים נישט פערזענליך אטאקירט נאר בבחינת יתמו חטאים ולא כו'.
אלנפאלס, ווען א מענטש שפילט זיך ארום מיט יו. אר. על. און קאודס צו לינקען צו דריי אהאלב ווערטער פון אן אומגעצייטיגטע סייט, אנשטאט קאפיען יענע שטיקל אינפורמציה, שרייט עס אבסורדיזם אז א טויבער קען הערן.
אגב דאגב, מארגן ווער איך אויס גבאי...
אנאליזירער האט געשריבן:בד"ה. קיינמאל נישט געהערט פון אים, אבער קוקט אויס צו האבן געווען אן אדם גדול.
וואס איז פשט פון דעם נאמען "טשארנעס"? פון וואו איז זיין אפשטאם?
גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 7 געסט