berlbalaguleh האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:לאליפאפ האט געשריבן:קליגער אינגערמאן האט געשריבן:ר' חיים נחמן ע"ה
דער פיפטער אדער זעקסטער ברודער וואס גייט אין א בליענדן עלטער.. השם ישמרנו
ס'איז א מורא'דיגע לעקציע. ווי רש"י הק' ברענגט בשם די גמרא.
הגם, ר' לייבעלע ע"ה איז געוועין א צדיק. פון אן אייגענע עקספיריענס וואס איך האב געהאט.
אויב דער עוילעם איז נאך אינטרעסירט אין מיינע מעשיות, זאלל מען מיר ביטע מודיע זיין. און איך וועל עס בלי"נ פארציילן. כיד ה' הטובה עלי. אדער אפשר פארציילן ביי די גרויסע מלוה מלכה וואס מ'פלאנט שוין פאר קאווע שטיבל מיום הוסדו?...!...
היות עטליכע חשוב'ע ניקס האבן מיך געבעיטן אין אישי אז איך זאלל פארציילן די מעשה איבער ר' לייבעלע'ס צדקות. איינער האט אפילו געשריבן אז איך זאלל אויסזאגן די "סודות". ס'איז נישטא קיין שום סודות. ובכן: ס'איז געוועין אין טאג פון די לוויה פון הצה"ק כ"ק מרן אדמו"ר רבינו יואל מ'סאטמאר זי"ע. איך בין דאמאלס (כ'מיין ס'געוועין א' כי תבא תשל"ט לפ"ק.) איינגעשטאנען אין א באנגעלוי קאלאני אין סוואן לעיק. פונקט יענע וואך האביך נישט געהאט מיין קאר. ווען איך האב, נאך שחרית, אין ביהמ"ד געהערט די בשורה, און אז די לוויה גייט זיך אנהייבן נאכמיטאג, האביך מיך מיטגעכאפט מיט א קאר וואס איז געפארן קיין קרית יואל, אן לאזן וויסן מיין בני בית.
נאך די לוויה האביך געזוכט א פאבליק פאון (איינער געדענקט נאך וואס דאס איז.) פון וואו צו רופן אהיים. אבער די פאר טעלעפאנס זענען געוועין פארנימען מיט לאנגע שורות פון מענטשן וועלכע האבן אויך געוואלט רופן זייער משפחה. האביך געטראכט אז איך וועל בעיטן איינעם פון די תושבים פון קר"י מיך צו לאזן רופן אהיים, ווייל איך האב געהאט א "קאללינג קארד" פון די פאון קאמפאני. אזוי אז ס'וואלט גארנישט געקאסט דעם מענטש. גייענדיג עטליכע גאסן פון ביהמ"ד האביך באגעיגנט איינעם וואס האט אויסגעזעהן ווי א יוד. האב איך עהם געפרעיגט מיט דרך ארץ, אויב איך קען רופן פון זיין פאון. האט ער מיר געענטפערט, שרייענדיג בקול גדול "גיי דיר אוועק פון דא". ווען איך האב איהם געטרייט איבערצופרעיגן, און געוואלט מסביר זיין מיין מצב, האט ער געמאכט קולות אויף מיר און געביללן ווי א "פיט בולל" כלב, וועלכער איז גרייט מיך צו אטאקירן א יעדע מינוט. ווען איך האב מיך אויסגעדרייט, אוועקצוגיין כמעט מיואש, האביך פלוצלינג געהערט א קול וועלכער האט מיך גערופן מיט גרויס איידלקייט, "ר' איד, קומט אהער". דאס איז געוועין דער שכן פון יענעם. להבדיל, ר' לייבעלע גליק. ער האט מיך גערופן ארויפצוגיין אין זיין דירה, און געפרעיגט מיט גרויס איידלקייט אויב איך וויל עפעס טועם זיין. ער האט פונקט דאמאלס געהאלטן ביי נאכטמאל. ער האט שטארק מפציר געוועין. ווען כ'האב איהם געזאגט אז איך וויל נאר רופן צו מיר אהיים, און אז איך האב א קאללינג קארד. האט ער געזאגט אז איך קען רופן וויפיל איך וויל, און ער דארף נישט קיין קאללינג קארד. און ער האט נאכאמאל געבעיטן אז איך זאלל מיך גיין וואשן און מיטהאלטן די נאכטמאל מיט עים... איך האב עים אפילו נישט געקענט פאר דעים...!
אינטרעסאנט. איך האב קיינמאל פארדעים נישט געוויסט אז ס'וואוינען גויים (וועלכע שטאמען פון אוקראינע אדער רומעניע) אויכעט אין קרית יואל. יענער פיט-בולל כלב איז זיכער נישט געוועין מזרע ישראל. ער האטציך נאר געלאזט וואקסן א בארד. זיין עכטער טאטע אדער זיידע איז געוועין א רומענישער גוי...!
רבי בערל, רבי יונתן אייבשיץ געדענקט איר פון אלס קינד?
דער רבי בערל איז משוגע אלט!איך פיל ווי א פיצי בעיבי אין זיין געגנווארט