זר זהב האט געשריבן:דאס איז דער דריטער וואסער אומגליק אין לאנדאן אינעם לעצטן יאר
פאריגע וואך פרייטאג איז נפטר געווארן אין מאנסי א איד, א צדיק נסתר, איך זאג נסתר ווייל כאטש מען האט געוויסט אז ער איז אן ערליכער איד און א תלמיד חכם האט אבער רוב המון עם נישט געהאט קיין השגה אין די גרויסקייט פון דעם איד.
דער איד האט געהייסט ר' שלמה אהרן ווינער זצ"ל. ר' שלמה אהרן איז געבוירן אין אמעריקא מיט אכציג יאר צוריק, און איז געווען א תלמיד אין תורה ודעת און אין בית מדרש עליון אין מאנסי, ווי ער איז שוין געבליבן וואוינען. ר' שלמה אהרן איז געווען בקי בכל מכמני תורה, מיט בערך דרייסיג יאר צוריק האט ער ארויסגעגעבן א ספר אסוך שמן, א ספר אין וועלכן א ווייזט אביסל ארויס זיין גדלות בתורה, אבער אויסער אין דעם ספר האט מען דאס אין ערגעץ נישט געקענט זעהן. אויפגעפירט האט ער זיך ווי א איש פשוט מאוד, זיך באהאלטן זיינע מדרגות און מעשים טובים, אלס אנגעשטעלט אזא פנים פון א בטלן. ער פלעגט אסאך שרייבן תורה'דיגע עניינים אין דעם "מעלות" אויסגאבע, און ווען די משפחה האט אים אמאל געפרעגט אז עס פאסט נישט צו שרייבן אין מעלות, שיק עס כאטש צו די תורה'דיגע קובצים, האט ער געענטפערט אז אין די מעלות וועלן עס אסאך מער מענטשן זעהן ווי אין די תורה'דיגע קובצים.
אזוי האט ער זיך געפירט כל ימיו, נישט געוואוסט וואס דאס מיינט כבוד, שטענדיג געווען בהצנע לכת מיט א שטארקע זיסקייט. ער האט געלעבט מיט די תורה און השקפה פון זיינע רבי'ס, און האט געהאט גאר שטארקע קנאי'שע נויגונגען, וועלכע ער האט - לדבריו - קונה געווען פון ר' ראובן גראזאווסקי זצ"ל.
ר' שלמה אהרן איז געווען אן איידעם ביי הרה"ח ר' אברהם זיינוויל גערטנער ז"ל, דער לעגענדארער עסקן און חסיד'ישער איד ווען האט מערערע מאל מקדש געווען שם שמים מיט זיין ערליכע הנהגה אין יענע יארן אין אמעריקא.
באמת קען מען נאך אסאך שרייבן איבער ר' שלמה אהרן, אבער איך האב נישט צופיל צייט, נאר אזויווי איך האב געזעהן אז מען האט דאס נאך בכלל נישט דערמאנט דא, האב איך געוואלט דא מעלה זיין דעם זכרון פון אזא חשוב'ן תלמיד חכם און עובד ה'.
יהא זכרו ברוך ותהא נשמתו צרורה בצרור החיים.
געפילטע פיש האט געשריבן:ניעל ארמסטראנג
שמואל הלוי האט געשריבן:אין מאנסי איז דעם שבת נפטר געווארן העסקן ר' יעקב הורוויץ ז"ל.
ליינער האט געשריבן:בד"ה
זיין זון הרב אשר ישעי' האראוויץ פון ק"י מאכט חתונה א קינד מארגען
טוב ללכת לבית אבל מלכת אל בית משתה, באשר הוא סוף כל האדם והחי ייתן אל לבו
ראשעקאל האט געשריבן:אין אייוועלט שרייבט איינער אז זיין זוהן מאכט חתונה מארגען. איז עס אמת??ליינער האט געשריבן:בד"ה
זיין זון הרב אשר ישעי' האראוויץ פון ק"י מאכט חתונה א קינד מארגען
טוב ללכת לבית אבל מלכת אל בית משתה, באשר הוא סוף כל האדם והחי ייתן אל לבו
שמואל הלוי האט געשריבן:ראשעקאל האט געשריבן:אין אייוועלט שרייבט איינער אז זיין זוהן מאכט חתונה מארגען. איז עס אמת??ליינער האט געשריבן:בד"ה
זיין זון הרב אשר ישעי' האראוויץ פון ק"י מאכט חתונה א קינד מארגען
טוב ללכת לבית אבל מלכת אל בית משתה, באשר הוא סוף כל האדם והחי ייתן אל לבו
פארוואס זאל עס נישט אמת זיין? קלערסט אז יענער שרייבט ליגנט?
gehlungen האט געשריבן:שמואל הלוי האט געשריבן:אין מאנסי איז דעם שבת נפטר געווארן העסקן ר' יעקב הורוויץ ז"ל.
Picture please
ראשעקאל האט געשריבן:אין אייוועלט שרייבט איינער אז זיין זוהן מאכט חתונה מארגען. איז עס אמת??ליינער האט געשריבן:בד"ה
זיין זון הרב אשר ישעי' האראוויץ פון ק"י מאכט חתונה א קינד מארגען
טוב ללכת לבית אבל מלכת אל בית משתה, באשר הוא סוף כל האדם והחי ייתן אל לבו
גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט