עקוואדאר שענקט אזיל רעכט פאר וויקיליעקס'עס דזשאליען אסאנדזש

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פראפעסאר שפירא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 6:27 pm
האט שוין געלייקט: 40 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 184 מאל

עקוואדאר שענקט אזיל רעכט פאר וויקיליעקס'עס דזשאליען אסאנדזש

שליחה דורך פראפעסאר שפירא »

נאך צוויי חדשים וואס דזשאליען אסאנדזש געפינט זיך אין די עקוואדאר אמבאסאדאר אין לאנדאן, מורא האבענדיג אז ענגלאנג וועט אים אויסליפערען קיין שוועדען, האט עקוואדאר אים געשענקט אזיל רעכט, אנצייגעכענענדיג אז זיי זענען באזארגט אז זיינע מענשטען רעכטען וועלען נישט ווערען רעספעקטירט,

דער בריטישע אויסערען מניסטאר וויליאם העיג האט זיך שוין געלאזט הערען, אז ענגלאנג וועט אים נישט געבען פרייע אדורעכגאנג אין זייער לאנד,

אבער דער עקוואדאר אויסערען מניסטאר ריכארדאו פאטינאו האט געזאגט, אז זיין רעגירונג וועט פארהאנדלען מיט ענגלאנד אז אסאנדזש זאל קענען פארלאזען ענגלאנד,

מיסטער פאטינאו האט גטאדעלד ענגלאנג פאר אפען סטראשענען צי אריינגיין אין די עקוואדאר אמבאסאדאר אין ארעסטירען אסאנדזש,

ווי עס קוקט אויס איז ענגלאנד נאכנישט גרייט צי מוותר זיין אויף אסאנדזש, ממילא קוקט אויס אז ס'גייט זיין א שטיקעלע פארמעסט צווישען די אויסגעשפילטע באנקירען אין ענגלאנד אין די שיינע עקוואדאר,

די ענגלישע אויסערען ביורא סטראשעט אז זיי קענען עלימינירען די דיפלאמאטישע סטאטוס פין די אמבאסאדאר, כדי צי קענען אריין אין ארעסטירען אסאנדזש,

מיסטער פאטינאו זאגט אז ער גלייבט אסאנדזש אז ער ווערט גערודפט פאר פאליטישע סיבות אין ער זעצט פאר זיין לאנדס טראדיציע צי העלפען פאר די אינטערגעדריקטע,

די שוועדישע שוטים האבען זיך אויך באליידיגט אז עקוואדאר האלט אז ס'דא א חשש אז זיי גייען נישט רעספעקטירען מענטשען רעכטען אין זיי האבען אראפגעריפען דעם עקוואדאר אמבאסאדאר כדי אים צי קענען אריינגעבען אין באבענס באבען אריין,

אסאנדזש זאגט אז ער האט מורא אז טאמער ווער ער געשיקט קיין שוועדען וועט ער נאכדעם איבערגעגעבען ווערען פאר די אמעריקאנע אוטאריטעטען,

---
רעאגיר