וואס גייט פאר, ביידען?

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 761
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1576 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2035 מאל

וואס גייט פאר, ביידען?

שליחה דורך שאלתיאל »

עס איז בכלל נישט קיין סוד אז אונזער פרעזידענט יר"ה ציילט זיך נישט אויף דער יונגער געמיינדע. אין פאקט וועט ער ענדע יאר זיין א בן שמונים. וואלט ער געווען א היימישע וואלט ער ביי דעם שטאפל שוין זיכער פארעכנט געווארן צווישן די 'זקני אנ"ש', פון די וואס געדענקען נאך דער רבי זיכרונולעברוכע. ער וואלט געזיצן אויבן אן ביים טיש, און אין שול וואל ער זיך געבייזערט ווען א בחורל עפנט אן פענסטער ווייל ס'קאלט. אבער אנשטאט דעם פירט ער דער שטערקסטע לאנד אויפן וועלט. נו שוין, די ערווארטונגען איז מלכתחילה נישט געווען אין הימל, מען האט נאר געהאפט ער זאל אנקומען לעבעדיג צום ווייסן הויז און ארויסשטויסן דאנעלד טראמפ, די איבעריגע איז שוין א באנוס.

לעצטנס אבער קוקט אויס ווי עס האלט זיך אין איין פארערגערן דער סיטואציע, א פלייץ פון מאדנע ווידעאס בלויז פון דער לעצטע חודש אליין האלטן און אין ארויסקומען און ווארפן שווערע פראגע צייכנס אויף דער קאגניטיווע מצב פון פרעזידענט.

איז וואס האבן מיר געהאט בלויז אין די לעצטע צוויי חודשים?

מערץ 2- ביי א רעדע פאר קאנגרעס צעמישט ער צווישן די Ukranian און די iranian peaple. מערץ 16- ביי א רעדע אין דער ווייסע הויז באטיטלט ער וויצע פרעזידענט האריס אלץ 'firsy lady'. אפריל 2- אין א רעדע ביי א צערעמאניע אויף דער Uss dalawere באטיטלט מישל אבאמא אלץ 'former vice prezident'. מערץ 28- ביידן איז געכאפט געווארן מיט צעטלעך אין זיין האנט אין לויף פון א פרעס בריפינג אין די וויסע הויז וואס אויף דעם שטייט ערווארטעטע שאלות און קלארע תשובות וואס צו ענטפערן. https://www.foxnews.com/politics/photos ... ting-putin אפריל 6- אין א צערמאניע צוזאמען מיט פארמער פרעזידענט אבאמא ווערט ביידן געזען ארומוואנדערן געפערליך פארלוירן נישט וויסענדיג וואס צו טון, מען זעט דארט אויך ווי אבאמא מאכט זיך נישט וויסענדיג פון אים. אפריל 14- נאך א רעדע פון 40 מינוט אין נארט קאראליינע אוניבערסיטי , שטרעקט אויס זיין האנד צום ..לופט (אליהו הנביא?). אפריל 23- ביי א רעדע אין סיאטל שטרעקט אויס נאכאמאל זיין האנט צום לופט . איז דען א וואונדער אז א פייגל באמאכט זיך אויף אים אינמיטן א רעדע אין אייאווע?

אין די וועלט האלט מען זיך ביי די זייטן, אין סעודיע האט דער פאפולערע 'סטודיא 22' ארויסגעלייגט א ספעציעלע קאמעדיע וואס לאכט אפ פון ביידען, און דער איזראעלי ארץ נהדרת האט זיך אויך פאסמאקעוועט אויפן פרעזידענט.

ביי אזא פאל וואלט מען אפילו אין בית מדרש אים אנגעקוקט מאדנע און אנגעפאנגען שישקען אונטער זיין רוקן. אבער אנדערש ווי סתם אן אלטע קאלעכדיגע זקן די בושות וואס ער מאכט איז נישט נאר פאר זיך נאר פאר אמעריקע וואס ער פארטרעט, און די קאנסעקווענצן צו זיין קאגנעטיווע דערקייקלונג גייען מיר אלע פילן. איז וואס גייט פאר מיט דיר ביידן?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שאלתיאל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 32 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר