יונגע פארפאלק מיט א קינד פארשוואונדן 40 יאר אן קיין שפור

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 649 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1432 מאל

יונגע פארפאלק מיט א קינד פארשוואונדן 40 יאר אן קיין שפור

שליחה דורך גאלד »

בשנת תשמ"א איז א יונגער פארפאלק פון פלארידע מיט א 2 יעריג קינד פארשוואונדן געווארן אן קיין שפור.

העראלד קלאוס און זיין פרוי טינע קלאוס, מיט זייער קינד האללי, א מיידל, האבן פארלאזט פלארידע קיין יוסטאן טעקסעס,
אבער, צו די שוידער און ווייטאג פון זייערע עלטערן, נאנטע, און פריינד, האט מען קיינמאל מער געהערט פון זיי, פארשווינדן אן קיין זכר.
למעשה האט מען נאך דעמאלטס, 40 יאר צוריק, געטראפן די טויטע קערפער פון א "אומאידענטיפיצירטע" פארפאלק אין עפעס א וועלדעל לעבן יוסטאן,
אבער דעמאלטס זענען זאכן נאך געווען זייער אונטערגעשטאנען, און מ'האט קיינמאל נישט צאמגעשטעלט אז דאס איז דער זעלבער פארפאלק.

בערך א האלבע יאר צוריק, דורך נייע פארגעשריטענע די.ען.עי. טעכנאלאגיע האבן אינוועסטיגעטערס צאמגעשטעלט אז יא, יענער מיסטריעזע קערפער איז טאקע די פארלוירענע פארפאלק מ'זוכט שוין 40 יאר,
ס'לעבן נאך די מאמעס פון ביידע, אלטיטשקעס פארשטייט זיך, און מ'האט זיין ביידע מודיע געווען איבער דעם איבעראשענדע ערפינדונג,
שטייצעך ס'געווען געמישטע געפילן פאר זיי, און זייער עמאציאנאל,
יעצט שטעלט זיך נאך איין ברענענדיגע שאלה: ווי איז דאס קינד "איפה יאסעלע"? אדער בעסער "איפה האללי?"
איז זי אויך טויט? אבער מ'האט דאך נישט געפינען איר קערפער!

היינט קומט די שטוינענדע נייעס אז נישט מער און נישט ווייניגער מ'האט אנטדעקט אז דאס קינד האללי איז היינט א 42 יעריגער פרוי פריש און געזונט!

ליינט דא מער!

https://www.cnn.com/2022/06/09/us/missi ... index.html

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר