סאטמאר מוסד מהר"א וויליאמסבורג איז מודה אויף שווינדלעריי

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
מונטסורי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 277
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 12, 2019 12:01 am
האט שוין געלייקט: 1178 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 720 מאל

סאטמאר מוסד מהר"א וויליאמסבורג איז מודה אויף שווינדלעריי

שליחה דורך מונטסורי »

וואו זענען די געווענליכע נייעס ברענגער דא? כ'קען נישט גלייבען אז אזא געשמאקע נעגאטיווע נייעס ווערט פשוט איגנארירט דא.

אקעי, שוין, גענוג געווארט, כ׳האב ענק געגעבען א פולע טאג, במקום שאין איש! עהעם, עעעעהעעעם, אהער מיט די מייק.

נעכטען מאנטאג האט די יו. עס. אטוירניס אפיס פון ניו יארק געמאלדען וועגן די הודאת בעל דין פון CUTA אין וויליאמסבורג אין שווינדעלעריי וואס פלעגט פארקומען אין זייערע אפיסעס. היות די פּרעס רעליעס איז ארויסגעלייגט געווארן אויך אין אידיש (!) קענען מיר פשוט קאפירן די נייעס אהער לשביעת לב פון אלע ערליכע אידן דא אין שטיבל.

ווי אנגעמערקט אינם מעלדונג זענען שוין צוויי אינדיווידואלען (מסתמא שעירים לעזאזל נעבעך) אנגעקלאגט געווארן מיט עטליכע יאר צוריק אויף א חלק פון די שווינדעלערייען אבער איצט האט אויך די מוסד זיך מודה געווען און זיך מתחייב געווען צו צאלן $5 מיליאן אין צוגאב צו $3 מיליאן וואס איז שוין געצאלט געווארן די פארגאנגענע עטליכע יאר.

עס איז צום האפן אז די אחראים האבן טאקע באמת תשובה געטון און מיר זאלן אלע צוזאמען נתעורר ווערן מיט זיי, ולב יודע מרת נפשו.
Department of Justice
U.S. Attorney’s Office
Eastern District of New York
FOR IMMEDIATE RELEASE
Monday, October 24, 2022
ברוקלין ישיבה איז זיך מודה צו שטארק פארשפרייטע פראגראם און בענעפיט שווינדל קאנספיראציע

שולע איז מסכים צו באצאלן 5 מיליאן דאלאר שטראפגעלט אין אפגעלייגטע משפט הסכם

צענטראלע פאראייניגטע תלמודישע אקאדעמיע (''CUTA'' אדער ''די שולע''), א ישיבה אין וויליאמסבורג, ברוקלין, האט זיך היינט מודה געווען אין פעדעראלע געריכט אז עס איז געווען פארמישט אין עטלעכע טיילווייזע דעקונג שווינדלען, ווי אויך א מולטי-מיליאן דאלאר פלאן צו באקומען אומיושרדיקע געלטער דעזיגנירט צו פיטערן נויטיקע שולע קינדער. דער פראצעס איז פארגעקומען פארן US דיסטריקט ריכטער ניקאלעס ג. גאראופיס(Nicholas G. Garaufis) .

CUTA איז אריינגעגאנגען אין א דריי יעריקן אפגעלייגטע משפט הסכם מיט דער רעגירונג אין שייכות מיט א קרימענעל אינפארמאציע איינגעגעבן היינט אין דעם מזרח'דיקן דיסטריקט פון ניו יארק וואס באשולדיקט די שולע מיט קאנספירירן צו באגיין עלעקטראנישער שווינדל. אלץ טייל פונעם הסכם, האט די שולע מסכם געווען צו באצאלן 5 מיליאן דאלאר קנס אין צוגאב צו מער ווי 3 מיליאן דאלאר אין פארגיטיקונג וואס איז שוין באצאלט געווארן, צו לייזן די אויספארשונג אין דער שולעס שווינדל אויפפירעכץ.

אלעזר פארגעס(Elozer Porges) , דער פריערדיגע עקזעקוטיווע דירעקטאר פון CUTA, און יואל לוי(Joel Lowy) , פארגעסעס געהילף, האבן זיך ביידע אנערקענט פאר שולדיג אין מארץ 2018 פאר זייער ראלע צו קאנספירירן אויסנארן די רעגירונג. פארגעס איז פארמשפט געווארן צו צוויי יאר אין טורמע אין אקטאבער 2019, בשעת לוי איז פארמשפט געווארן צו פינף יאר פראבע, 1000 שעה פון קאמיוניטי באדינונג און 98,407.21$ אין צוריקקער אין אפריל 2022.

בריאן פיס, US אדוואקאט פארן מזרחדיקע דיסטריקט פון ניו יארק, מייקל דזש. דריסקאל(Michael J. Driscoll) , געהילפ-דירעקטאר ממונה, פעדעראלע ביורא פון אויספארשונג, ניו יארק פעלד אפיס FBI)), בעט-אן מ. דינקינס(Bethanne M. Dinkins) , ספעציעלע אגענט ממונה, US דעפארטמענט אוו אגריקולטור, אפיס פון אלגעמיינער אינספעקטאר USDA-OIG)), און דזשויס ע. שטרויבער(Jocelyn E. Strauber) , קאמיסיאנער, ניו יארק סיטי דעפארטמענט אוו אינוועסטיגעשענס DOI)), האבן געמאלדן דעם אפמאך.

''דער אומאויפפיר פון CUTA, איז געווען סיסטעמאטיש און פארשפרייט, אריינגערעכנט גנב'ענען איבער 3 מיליאן דאלאר פאר שולע-קינדער אין נויט פון מאלצייטן,'' האט US אדוואקאט פיס פעסטגעשטעלט. ''די היינטיג רעזאלוציע גיט צו פארשטיין CUTA's פארמישונג אין די פארברעכעריי און שטעלט צו א וועג פאראויס צוריק צו צאלן און פארריכטן דעם היזק וואס איז געטאן געווארן צו דער קאמיוניטי, אין דער צייט טוט עס אויך ערלויבן CUTA ממשיך זיין צו צושטעלן חינוך פאר קינדער אין דער קאמיוניטי.

''דאס מודה זיין היינט טוט קלאר מאכן אז עס איז געווען א שטארק פארשפרייטע קולטור פון שווינדל און גייציקייט אויפן ארט אין CUTA. מיר רעכענען זיך אז שולעס זענען ערטער ווי מען לערנט אויס סטודענטן זיך צו פירן געהעריק. די פירער פון CUTA האבן זיך מטריח געווען צו טאן פונקט פארקערט, געשאפן פילפאכיקע סיסטעמס פון שווינדל כדי אפנארן די רעגירונג. די FBI און אונדזערע געזעץ-היטער שותפים וועלן ממשיך זיין צו פארשן די סארטן שווינדלעריי און פלענער, צו פארזיכערן רעגירונג פראגראמען בענעפיטן פאר יענע וואס זענען דעזיגנירט געווארן צו ווערן געהאלפן אן ווערן אויסגעניצט,'' האט דער געהילף דירעקטאר ממונה דריסקל ארויסגעזאגט.

די DOI קאמיסיאנערין דזשאסלין ע. שטרויבער האט געזאגט, ''אזוי ווי עס איז פארצייכנט אין דעם משפט הסכם, איז CUTA געווען פארמישט אין א ברייטן פלאן צו גנב'נען מיליאנען דאלארן פון ציבורדיקע געלטער, אוועקפירנדיק געלט וואס איז געשטעלט אויף צו פיטערן שולע-קינדער און צוגעהאלפן שטייער און בענעפיטן שווינדל דורך זייערע ארבעטער. DOI און אירע געזעץ-היטער שותפים אין די US אדוואקאטס אפיס פאר דער מזרח'דיקן דיסטריקט פון ניו יארק, די FBI און די USDA זענען איערגעגעבן צו פארמיידן שווינדלערייען וואס גראבט אונטער ציבור'דיקע הילף פראגראמען. מיט דער רעזעלוציע, וואס איז כולל א 5 מיליאן דאלאר קנס, האט CUTA אנערקענט און וועט טראגן דאס אחריות פאר איר שלעכטע אויפפירונג.

''USDA אפיס פון אלגעמיינער אינספעקטאר, ספעציעלע אגענט ממונה בעט-אן מ. דינקינס האט געזאגט: דאס קינד און דערוואקסענע קעיר עסן פראגראם (CACFP) איז באשאפן געווארן צו צושטעלן עסנווארג און שפייזונג צו יענע וואס נויטיקן זיך שטארק אויף דער הילף. יענע וואס נעמען אנטייל אין שווינדל און קרומבאניץ פון USDA פיטער פראגראמען וועלן ווערן געפארשט דורך אונדזער אפיס מיטן פולסטן פארנעם. אונדזער בשותפות'דיקע אויספארשונג מיט די פעדעראלע ביורא פון אויספארשונג און דער ניו יארק סיטי דעפארטמענט פון אויספארשונג אידענטיפיצירט יענע וועלכע זוכן צו פארדינען פון דער CACFP דורך אומלעגאלע פלענער. די USDA אפיס פון אלגעמיינעם אינספעקטאר וועט ממשיך זיין זיך אפגעבן צו פארש-רעסורסן, וואס וועט ארבעטן מיט אונדזער געזעץ-היטער און פראקורירישע שותפים, כדי אפצוהיטן די ערלעכקייט פון די פראגראמען און ברענגען אין געריכט די וואס באגייען שווינדל.

לויט די שולד אנערקענונג פון דעם באריכט פון די פאקטן און אנדערע פובליק דאקומענטן, צווישן 2014 און 2016, האט CUTA באקומען מער ווי 3.2 מיליאן דאלאר אויסגעצאלט פאר אן עסנווארג פראגראם געצילט צו פיטערן סטודענטן פון דער ישיבה. די פראגראם איז געווען כמעט אינגאנצן פאלש. אנשטאט פיטערן די קינדער, האט די שולע געפירט דאס געלט אין אן אנדער ריכטונג, ווי אויך סובסידירט מסיבות פאר דערוואקסענע. צו באגיין דאס פארברעכעריי, האט די שולע פאבריצירט רעקארדס און געמאכט צענדליגע געשוואוירענע פארדרייטע פאקטן צו רעגירונגס אגענטורן.

בשעת דעם אויספארש וועגן די פאלשע עסנווארג פראגראם, האבן די אויספארש קאמאנדע אנטדעקט באווייזן פון נאך אנדערע שווינדלערישע התנהגות'ן ביי דער שולע און אירע ארבעטער. אין צוגאב צו דער אויבנדערמאנטער פאלשער פראגראם, איז געווען פארשידענע שכירות פירעכצער וואס האט ערלויבט די שולעס איינגעשטעלטע אפטאן בענעפיט און שטייער שווינדלערייען.

צום ביישפיל, די שולע האט באצאלט אירע איינגעשטעלטע אויף אן אויפן וואס האט שטארק אונטער-רעפרעזענטירט זייערע איינגעשטעלטע ''אויף די ביכער'' הכנסות. די שולע האט דאס אויסגעפירט אויף עטלעכע אופנים. אויסער באצאלן אירע איינגעשטעלטע מיט מזומן, האט די שולע צוגעשטעלט אירע ארבעטער מיט ''קופאנען'' וואס מ'קען אויסלייזן אין לאקאלע געשעפטן פאר א געוויסע מזומן-ווערדע. די איינגעשטעלטע קענען נוצן די קופאנען איינצוקויפן, און די געשעפטן האבן דאן אויסגעלייזט די קופאנען אין די שולע פאר געלט. די ''קופאנען'' האבן אזוי נאך געהאלפן באשאפן אן אונטערערדישע עקאנאמיע, אין וועלכע די איינגעשטעלטע האבן באקומען נוצלעכע הכנסה אומבאקאנט צו דער רעגירונג. די שולע האט צוגעשטעלט אנדערע ''נישט אויף די ביכער'' הכנסות אין אנדערע וועגן, אזוי ווי דורך באהאלטענע אינוועסטירונג קאנטעס.

דער אויספארש האט פעסטגעשטעלט אז די שולע האט זיך באטייליגט אין די מעשים, אין טייל, צו העלפן דערגאנצן שווינדלערייען אויסגעפירט דורך אירע ארבעטער. דורך אונטעררעפרעזענטירן אירע איינגעשטעלטעס הכנסה, האט CUTA דערמעגלעכט אירע ארבעטער צו באקומען פארשידענע פובליק בענעפיטן - ווי אויך העלטקעיר און קינדקעיר - וואס זיי וואלטן נישט געקענט באקומען אויב די איינגעשטעלטע וואלטן באריכט ערלעך זייער הכנסה. די שולע האט ווייטער געשטיצט די באמיאונגען דורך צושטעלן בריוו צו רעגירונג אגענטורן וואס האבן פאלש געשריבן אז זייערע ארבעטער האבן נאר פארדינט די ''אויף די ביכער'' סכומים וואס די שולע האט אריינגעגעבן צו די שטייער אויטאריטאטן, אזוי נאך ערלויבן זייערע איינגעשטעלטע צו באגיין וועלפעיר און אנדערע בענעפיטן שווינדלערייען. די שולע, ווידער, האט אויך פארדינט פון אירע ארבעטערס פארדרייאונגען, ווייל זי האט אנגענומען און איינקאסירט קינד-קעיר קופאנען וואס די סטעיט האט צוגעשטעלט צו אירע איינגעשטעלטע, וועלכע איר ארבעטער האבן נאר קוואליפיצירט צוליב די שולעס אייגענע פאלשע-אויסטייטשונגען. דער אנגעקלאגטער יואל לוי איז געווען איינער צווישן אסאך CUTA איינגעשטעלטע וואס האט זיך באניצט מיט דעם דריידל.

דערצו, צו דעם אויבנדערמאנטער שכירות שווינדל, האט די שולע צוגעשטעלט ''באווייז זיך נישט'' ארבעט פאר נישט קיין איינגעשטעלטע, וואס האט גורם געווען צו ''פאסטאראטן'' שטייער פרייהייטן פאר אזעלכע וואס שטעלן נישט צו פאסטאראט סערוויסעס, אויסגעזוכט און באקומען טעכנעלאגיע געלטער פאר נישט קיין שייכות'דיקע באניץ צו דער שולעס עדיוקעישענעל צוועקן און צוגעשטעלט קינד-קעיר סערוויסעס אָן קיין געהעריגע לייסענסעס.

אזוי ווי פארשריבן אין דעם הסכם, האט דער אפיס דערגרייכט א רעזעלוציע מיט דער שולע, אין טייל, צוליב די שולעס פארבעסערונג באמיאונגען, אסאך זענען שוין איינגעפירט געווארן פאר א פּּאָר יאר. אין דערצו, אין אנערקענען און צו צושטעלן א נול-טאלעראנץ פאליסי צו דעם אויבנדערמאנטע אויפפירעכץ, האט די שולע אנגענומען א רייע פון ממשות'דיגע פונדעמענטאלע ענדערונגען. צווישן אנדערע זאכן, האט זי אויסגעטוישט אירע עקזעקוטיווע אדמיניסטראציע פערסאנאל; אנטוויקעלט א זאץ פון פינאנציעלע און פראצעדורעלע קאנטראלען; איינגעפירט אן אויספאלג האנטביכל צו פירן און אננעמען עטישע באשליסונגען; באשאפן אן אויפזע קאמיסיע, אכטונג געבן, איינצופירן די נייע סטאנדארטן; און דורכגעפירט רעוויזיעס צו פארזיכערן כסדר'דיקע אויספאלגונג. דערצו, צום שטראף און רעסטיטוציע דערמאנט אויבן, וועט די שולע זיין אויסגעשטעלט צו דער השגחה פון אן אומאפהענגיקער קאנטראלירער אויף א תקופה פון דריי יאר. דער קאנטראלירער וועט שאצן די שולעס אויספאלגונג מיט דעם אפגעלייגטע פראקורירונג הסכם און פארזיכערן אז די שולע טוט ווייטער אויספאלגן אירע לעגאלע און עטישע אבליגאציעס.

דער הסכם וואס מ'האט היינט געמאלדן איז טייל פון אן אויספארשונג וואס איז געווארן אנגעפירט דורך דער US אדוואקאטס אפיס פאר דער מזרח'דיקע דיסטריקט פון ניו יארק, די FBI's ניו יארק פעלד אפיס, USDA אפיס פון אלגעמיינער אינספעקטארס אפיס פון פארשונגען צפון מזרח געגנט אפיס און דער ניו יארק סיטי דעפארמענט פון אויספארשונגען. דער קעיס ווערט באהאנדעלט ביי דער אפיסעס פובליק גאנצקייט אפטייל. דער געהילף US אדוואקאט עריק פאולסון(Erik Paulsen) איז דער אחראי פון די פראקורירונג.

דער אנגעקלאגטע:

CENTRAL UNITED TALMUDIC ACADEMY
Brooklyn, New York

E.D.N.Y. Docket No. 22-CR-378 (NGG)
די מעלדונג אין ענגליש:
https://www.justice.gov/usao-edny/pr/br ... conspiracy
די מעלדונג אין אידיש:
https://www.justice.gov/usao-edny/pr-5

די ניו יארק טיימס ארטיקל איבער די נייעס:
https://www.nytimes.com/2022/10/24/nyre ... ademy.html

דער אשכול פארמאגט 27 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר