כבה נר המערבי - הגה"צ הרב חיים דרוקמאן זצ"ל

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
קרן זוית
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 379
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 20, 2022 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 368 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 889 מאל

כבה נר המערבי - הגה"צ הרב חיים דרוקמאן זצ"ל

שליחה דורך קרן זוית »

פון ירושלים קומט אריין די שווערע נייעס, אחד מזקני גדולי הדור רבי חיים דרוקמן זצ"ל ראש ישיבות "אור עציון" ורב בשכונת מרכז שפירא איז נפטר געוואָרן היינט זאת חנוכה, אין עלטער פון 90 יאהר.

רבי חיים זצ"ל איז געבוירן חשון תרצ"ג אין פּוילן. בשעת'ן מלחמה איז ער געווען אויסבאהאלטן ביי א פעטער זיינע, ביי די 12 יאהר האבן זיינע עלטערן איהם איבערגעבן פאר א קינדערלאזע פארפאלק באקומענדיג א סערטיפיקאט ארויפצוגיין קיין ארץ ישראל.

פון איבעראל, אלע חוגים אין כלל ישראל קומען איצט אריין מיט לויב ווערטער און דברי הספד אויף דעם אדם גדול. פון זיין אנגעפילטע לעבן וואס ער האט זיך איבערגעגעבן למען הכלל והפרט. ער האט א רעזומעי וואס ווייניג אינעם היינטיגן דור האבן. זייענדיג א תלמוד פונעם באקאנטע ישיבה מרכז הרב אין ירושלים, שפעטער איז ער געווארן אליינס א ראש ישיבה בישיבות "אור עציון" און אויפגעשטעלט אלפי תלמידים. דערנאך איז ער געווען א שליח ציבור זייענדיג א חבר הכנסת מטעם מפד"ל, מיט מסירות נפש זיך איבערגעגעבן למען ארץ ישראל ועם ישראל.

אין די לעצטערע יאהר'ן איז ער געווען גערעכענט אלס די גדול הדור, מיט מסירות נפש זיך איבערגעגעבן פאר'ן פאלק. על פיו יצאו ועל פיו יבאו אלע עניני הציבור. כל ימיו האט ער עוסק געווען למען תורת ישראל - עם ישראל - וארץ ישראל.

וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'.

דער אשכול פארמאגט 13 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר