וויאזוי האט מדינת ישראל ערווארבן די אטאם באמבע?!

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19571
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24498 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14863 מאל
קאנטאקט:

וויאזוי האט מדינת ישראל ערווארבן די אטאם באמבע?!

שליחה דורך berlbalaguleh »

דאס איז דער נאמען פון א בוך וואס איז נארוואס (איבער)-געדרוקט געווארן. דער "מחבר" ראזשער דזשעי. מעטסאן, זאגט אז ער איז א געוועזענער סי. איי. עי. עידזשענט, און א וועטעראן פון אנדערע אויסשפיר אגענטורן. דער בוך אנטהאלט מער ווי 300 בלעטער. ער ווארפט דארט צוזאם צענדליגער פערזענליכקייטן, ס'איז זייער שווער צו האלטן קאפ ווער ס'איז דער מענטש און וואס ער האט געטון. דער תמצית פון זיין בוך איז אז מדינת ישראל האט זיך ערווארבן די אטאם באמבע/ס נישט נאר דורך שפיאנאזש און באטריג, נאר פשוט דורך גניבה פון אוראניום וואס די איזראעלישע/אידישע שפיאנען האבן אדורכגעפיהרט, און דער קאווער-אפ וואס איז געקומען דורך די סי.איי.עי. בכבודם ובעצמם, דורך די איינפלוס פון די אידישע לאבי און די פאליטישנס וועלכע האבן זיי געדינט.

די מערסטע נעמען וואס ער רעכנט דארט אויס זענען אידיש קלינגענדע. מ'קען נישט זאגן אז ער איז אנטיסעמיטיש געשטימט,אבער א קאנספיראסי טעאריסט איז ער זיכער. למשל ער פארציילט אז א אידישע אמעריקאנער קאמפעני וועלכע האט געהאט א שיינעם אומשולדיגן קלינגעדיגן נאמע איז (נאר) געווען א פראנט פאר די מדינת ישראל שפיאנאזש אגענטור, און פלוצלינג האט געפעהלט א גרויסער סכום פון אוראניום, און די סי איי. עי. האבן פאלשערהייט קלאסיפיצירט די דאקומענטן אז מ'זאל נישט קענען אויסגעפונען דעם אמת. אויך, אז די סי. איי. עי. האט געהאלטן אן אויג אויף די וואסער און לופט אין און ארום דימונה, און זיי זענען געקומען צו מסקנא אז מדינת ישראל פראדוצירט אן אטאם באמבע.

דער חשוב'ער "מחבר" איז מודה אז א סאך אנדערע (פרידליכע) מדינות אזוי ווי איראן, פאקיסטאן און אינדיע, סיריע און ליביע, האבן אויך גע'גנב'עט די אטאמישע סודות, נאר ער פארציילט נאר וועגן די חטאים פון די ציונים אין מדינת ישראל (שר"י עפ"ל. כבר אמרנו). מ'קען נישט זאגן אז ער איז אן אנטיסעמיט, אבער ווען ער רעדט הויפטזעכליך וועגן מענטשן וועלכע הייסן שטיינבערג, גרינבערג און כהן, ווייסט מען אז ער רעדט נישט וועגן פוילישע אדער אוקראינער גויים.

נ.ב.: דאס קען זיין גאר גוטע סחורה פאר אונזערע גוטע פריינט הרב ישראל מ. סופר און הרב ש.ב. מרגליות.

נאך איין ווארט. ווען מ'האטציך געדינגען נאך די זעקס טאג מלחמה אויב מדינת ישראל/אידן האבן די אטאם באמבע, האט הרה"ק מ'קלויזנבורג זצוק"ל געזאגט... זיכער האמיר די אטאם (אתם) באמבע... ואתם הדבקים בה' אלוקיכם חיים כולכם היום...!

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר