כי אלך בגיא: יאיר שרקי קומט ארויס פון קלאזעט

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
מהיכי תיתי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 83
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 02, 2020 6:48 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 70 מאל

כי אלך בגיא: יאיר שרקי קומט ארויס פון קלאזעט

שליחה דורך מהיכי תיתי »

עס טוט זיך טישן און קלאזעטס אין די דזשורנאליסטישע וועלט אין מדינת ישראל.

די באקאנטער חרד”ל’יסטישע דשורנאליסט פון ערוץ 12, יאיר שרקי איז ארויסגעקומען פון קלאזעט און זיך עפענטליך דערקלערט די דריטער פון רובאשקין’ס טרעידמארק.

שרקי, איז אן אקטיווער דזשורנאליסט פאר ערוץ 12, מקור ראשון און בשבע. פאר ערוץ 12 איז ער די אפיציעלע כתב לענייני דתות און איז באקאנט פאר עטליכע ברעיקינגס אין די חרדי’שע וועלט. די באקאנטע רעקארדינג וואס ער האט פובליצירט פון הג”ר עובדיה יוסף זצ”ל, מייסד תנועת ש”ס קעגן אריה דרעי, די יו”ר פון ש”ס איז פון די מערסט באקאנטע.

וויאזוי אויך קען ער אינסייד אוט די חרד’ישע/חסידי’שע קולטור און ער האט פובליצירט די באקאנטע ברוקלין של קודש וויאזוי אויך חוקי המשחק החרדי.

מיט עטליכע חדשים צוריק, האט ער אראפגענומען זיין אייקאנישע קראזעלדיגע פיאות, א שריט וואס האט עטוואס געהויבן ברעמען.

היינט האט ער אין א פאוסט זיך אפיציעל דערקלערט גע’גימל’ט און פאראורזאכט א רוזן שטורעם.

דער אשכול פארמאגט 91 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר