דניאל פענני ווערט אנגעקלאגט אויף צווייטע גראד מארד

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1589 מאל

דניאל פענני ווערט אנגעקלאגט אויף צווייטע גראד מארד

שליחה דורך מתבודד »

פאר א וואך צוויי צוריק איז דניאל פענני, א פיר-און-צוואנציג יעריגער רעטייערטע מארין ווילד געסטראשעט און אנגעשריגן געווארן דורך ירדן נילי אויף א סובוועי אין ניו יארק. ירדן, א היימלאזער מאן, איז ארויף אויפן באן הונגעריג און ווילד און ארומגעלאפן צווישן די פאסאזשירן שרייענדיג אז ער גייט זיי שעדיגן. אין א אקט פון זעלבסט באשיצונג איז דניאל געקומען פון ארונטער און אנגעכאפט ירדן אין א טשאקהאלד פאזיציע פאר עטליכע מינוטן, פון וואס ירדן איז - לויט די מעדיקל עקזעמינער - געשטארבן א קורצע וויילע שפעטער.

די פאליציי האט נישט לאנג נאכ'ן אים ארעסטירן ארויסגעלאזט דניאל, אבער אלווין ברעג, דער דיסטריקט אטוירני האט געעפנט אן אינוועסטיגאציע און אום מאי 12 איז דניאל אנגעקלאגט געווארן מיט צווייטע דעגרי מארד, אויף וואס מ'קען פאראורטיילט ווערן צו 15 יאר אין טורמע.
ביים ארעסט
ביים ארעסט
ביז דא איז אין קורצן די ברייט פארשפרייטע פאקטן איבער די אינצידענט. ס'וואלט אבער געווען אינטרעסאנט צו הערן וואס די חכמי השטיבל וואלטן אין אזא פאל גע'פסק'נט, און בעיקר - פארוואס.

ס'איז קלאר אז דניאל האט נישט געהאט קיין כוונה צו הרג'ענען ירדן וואס אין אזא פאל וואלט עס געווען ערשטע דעגרי, אבער מצד שני האט ער למעשה יענעם דערמארדעט - און ווי געוויסע מיטרייזנדע גיבן איבער האט מען דניאל געווארנט אז ער קען שטארבן.

אלזא, לאזט ענק הערן לארכה ולרחבה און נאכאמאל בעיקר - 'פארוואס' די האלסט ער זאל יא אדער נישט זיצן.
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר