רבנים אסר'ן צו וויילען פאר לו פידלער

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2755 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4717 מאל

רבנים אסר'ן צו וויילען פאר לו פידלער

שליחה דורך יידל »

אפאר טעג צוריק האב איך געמאלדן אז דוד גרינפעלד האט אינדארסירט לו פידלער (viewtopic.php?f=3&t=160). דער עולם האט דארט קאמענטירט אז כ'האב געמשיט די יוצרות. זעט אויס אז די רושם פון פורים האט נאך געשוועבט אין די ליפט.... איצטער אבער קום איך צו אייך מיט די פולע באריכט. די מעשה איז וואו פאלגנד: קארל קרוגער איז געווען א סטעיט סענעטאר פאר די 27'סטער דיסטריקט אין ניו יארק (נעמט אריין: פלעטבוש, בארא פארק, ברייטאן ביטש, מאנהעטען ביטש, מיל בעסין און שיפסהעד בעי). קרוגער האט געדארפט רעזעגנירען צוליב קארופציע קלאגעס. א ספעציעלע פארמעסט איז פאררופן געווארן צו ערעצן זיין זיץ. אין די ספעציעלע פארמעסט לויפן דעמאקראטישער לואיס (לו) פידלער, אנקעגן רעפובליקאנער דוד סטאראבין. ווי פארשטענדליך איז פידלער פרא תועבה געזעצן (נישט ווי איך האב געמאלדן פאריגע מאל). אידישע עסקנים שטיצן אבער פידלער צוליב זיין פלאן צו געבן שטיצע פאר ישיבות. מצב באריכטעט אבער אז נאנט צו 50 רבנים פון ניו יארק האבן אינטערגעשריבען אז מיר קענען זיך נישט לאזן פון די שוחד געלט וואס פידלער פארשפרעכט און אז וויילן פאר א פרא-תועבה קאנדידאט איז א חילול השם. ווי עס שיינט גייט פידלער געווינען דעם פארמעסט, חוץ אויב די רבנים'ס קול קורא וועט האב ןגאר א שטאארקע אפקלאנג אין די אידישע געגנטער וואס די זיבן און צוואנציגסטער דיסטריקט נעמט אריין.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר