"עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

"עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט

הודעהדורך יאנקל » דינסטאג פעברואר 28, 2012 11:17 pm

עס איז היינט באריכטעט געווארן אז ארום פופציג פרויען האבן זיך אנגעשלאסן אין דער נייער "עזרת נשים" ארגאניזאציע - וועלכע איז א פרויען ווערסיע פון "הצלה". דער נאמען "עזרת נשים" קומט פון דעם טראדיציאנאלן טערמין פון דער פרויען אפטיילונג אין בית-הכנסת, אבער אין דעם פאל איז עס מרמז אויף די "הילף פון פרויען" - די הילף וואס די פרויען וואלונטירן שטעלן צו.
די אינציאטארין פון דעם פראיעקט איז די באקאנטע אדוואקאטין און אקטיוויסטקע רחי פרייער, א חסידישע פרוי פון בארא-פארק, וועלכע האט גע'טענה'ט אז עס פעלט אויס א פרויען אפטיילונג פאר עמוירדזשענסיס וועלכע מאכן זיך ביי פרויענישע אומשטענדן, ווי א פריע געבורט, וואס דאן איז גאר אומבאקוועם פאר א פרוי, און אפילו טראומאטיש, אז א מאן זאל זיך מיט איר אפגעבן.
אויף דעם עצם געדאנק זענען פאראן צוויי וועגן וויאזוי עס צו באטראכטן. צו ערשט איז דער פרומער בליק - אז דאס איז א פרישע חומרא מיט דעם אז מענער זאלן זיך נישט דארפן אפגעבן מיט פרויען, א שטייגער ווי די הוראה וועלכע איז ארויס א צייט צוריק פון האדמו"ר מסקווער אז אין זיין שטעטל זאלן פרויען דינען אלץ הצלה מעמבערס פאר פרויענישע אומשטענדן.
דער אנדערער בליק איז דער פעמיניסטישער בליק - אז דאס איז א דורכברוך פאר די פרויען רעכטן, אז זיי זאלן זיך מער נישט דארפן באגראבן פאר בושה ווען א מאן באהאנדלט זיי, נאר ווערן באהאנדלט דורך זייערס גלייכן.
מיט עטליכע וואכן צוריק איז געווען באריכטעט אז הרב יחזקאל ראטה האט געגעבן זיין הסכמה פאר "עזרת נשים". עס איז גרינג זיך פארצושטעלן אז הרב ראטה קוקט עס אן ווי א חומרא לגבי נגיעה בנשים.
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3714 מאל

Re: "עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט

הודעהדורך יידל » דינסטאג פעברואר 28, 2012 11:39 pm

איך האב דעם פעמעניסטישן זייט אנגעקוקט אנדערש - אז די פרויען, וואס טארן סתם אזוי זיך נישט באטייליגן אין הצלה אלץ צניעות - האבן איצטער א געלעגנהייט צו קענען לויפן אויף הצלה רופן.
אגב, הרב ראטה איז גראדע באקאנט אלץ ליבעראל אין הלכה. איך ווייס אבער נישט לגבי זיין השקפה.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4278 מאל

Re: "עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט

הודעהדורך דבילה » מיטוואך פעברואר 29, 2012 12:34 am

גאר א דריטע בליק איז א "חברה הצלה" באקומט א קאנקורענט. "חברה הצלה" איז טאקע באקאנט אלס אן אויסנאם ארגאניזאציע וואס טוט זייער ארבעט לש"ש בנאמנות, און דערפאר ווערן זיי באלוינט פון כל הק"ק אז זיי זענען אטאמאטיש באגנאדיקט אויף אלע שוגגים ומזידים. אויב ווילן באראפארקער איינוואוינער האלטן די חברה פראפעסיאנאל און זיכער מאכן אז זיי זוכן כסדר זיך צו פארבעסערן - קען קיין בעסערע זאך נישט זיין ווי אן ערענסטע קאנקורענט.

אלנפאלס, די אראגאנטע מהלך מיט וואס "חברה הצלה" האט זיך באנומען צו די נושא פון "עזרת נשים" האט גורם געווען אז זיי זאלן דארפן זיך אנשליסן מיט אן אויסערליכע אמבולאנס אגענטור, און דאס קען זיין די ערשטע ריס אין די אומדורכדרינגליכע פאנצער וואס הצלה האט זיך ביז היינט דערין איינגעהילט.
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:17 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 622 מאל

Re: "עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט

הודעהדורך שרגא » מיטוואך פעברואר 29, 2012 1:12 am

יאנקל האט געשריבן:אויף דעם עצם געדאנק זענען פאראן צוויי וועגן וויאזוי עס צו באטראכטן. צו ערשט איז דער פרומער בליק - אז דאס איז א פרישע חומרא מיט דעם אז מענער זאלן זיך נישט דארפן אפגעבן מיט פרויען, א שטייגער ווי די הוראה וועלכע איז ארויס א צייט צוריק פון האדמו"ר מסקווער אז אין זיין שטעטל זאלן פרויען דינען אלץ הצלה מעמבערס פאר פרויענישע אומשטענדן.
מיט עטליכע וואכן צוריק איז געווען באריכטעט אז הרב יחזקאל ראטה האט געגעבן זיין הסכמה פאר "עזרת נשים". עס איז גרינג זיך פארצושטעלן אז הרב ראטה קוקט עס אן ווי א חומרא לגבי נגיעה בנשים.


אינטערעסאנט אז סקווירא זאל מאכן די חומרא ווייל דאכט זיך אז אסאך פון זייערע געבורטס-דאקטוירים זענען מענער און זענען זייער פאפולער (וואס איז מיר טאקע געווען א חידוש אז קיינער האט נאך נישט געטראפן קיין פראבלעם דערמיט).
הרב ראטה גלייב איך נישט האט א פראבלעם אנדערש, ווייל ער האט נאכנישט ארויסגעגעבן קיין פסק פאר פרויען צו פרובירן גיין צו פרויען דאקטוירים (אפילו ביי געבורט), סאו אויב עפעס, איז עס נאר בגדר א "פארוואס דען נישט?", זאלן זיך היימישע פרויען שפירן אין בעסערע הענט ("ווארטשפיל בכוונה"; אזוי זאגט מען עס אין אידיש? אריין אין שפראך אשכול).
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
באניצער אוואטאר
שרגא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 12:20 am
האט שוין געלייקט: 330 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 767 מאל

Re: "עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט

הודעהדורך דבילה » מיטוואך פעברואר 29, 2012 1:28 am

ביי חרדי'שע רבנים אין ארצינו הקדושה, בפרט ביי די ירושלימ'ער, איז דאס שוין א לאנג-יעריקע ארטיקל צו ממליץ זיין פאר פרויען זיך צו אונטער-זיכן נאר ביי פרויען דאקטוירים. דאס איז מן הסתם א קומענדיקע חומרא דא אין חו"ל אויך.
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:17 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 622 מאל

Re: "עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט

הודעהדורך טעמפא » מיטוואך פעברואר 29, 2012 1:31 am

דבילה האט געשריבן:ביי חרדי'שע רבנים אין ארצינו הקדושה, בפרט ביי די ירושלימ'ער, איז דאס שוין א לאנג-יעריקע ארטיקל צו ממליץ זיין פאר פרויען זיך צו אונטער-זיכן נאר ביי פרויען דאקטוירים..

די זעלביגע ביי פילע רבנים דא אין די פאראייניגטע שטאטן. וו.צ.ב"ש. הרב חיים לייב כ"ץ אב"ד סערדעהאל.
טעמפא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 67
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

Re: "עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט

הודעהדורך עדיוקעטעט » מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:22 am

As a husband of a woman taking by Hatzolah during labor. I would say my wife felt very uncomfortable and she still feels when she meets them on street.. Kol hakavod Mrs. Freier.. I can't understand why hatzolah is against it?? So they will have 20 less calls a week to cover. There is still enough for both 
עדיוקעטעט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 18
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 5:41 pm
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

Re: "עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט

הודעהדורך חיים נחום הלוי פריעד » מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:33 am

עדיוקעטעט האט געשריבן:As a husband of a woman taking by Hatzolah during labor. I would say my wife felt very uncomfortable and she still feels when she meets them on street.. Kol hakavod Mrs. Freier.. I can't understand why hatzolah is against it?? So they will have 20 less calls a week to cover. There is still enough for both 

איך האב לעצטענס געהערט אן ענליכע מעשה. א חבר מיינער'ס ווייב איז פלוצלינג אריין אין לעיבער זייענדיג אינדערהיים, און דאס קינד האט זיך ארויסגעגליטשט אין מינוטן נאך איידער הצלה איז אנגעקומען! ער דערציילט אז עס איז געווען שרעקליך אומבאקוועם פאר זיי ביידע אז היימישע יונגעלייט זאלן זיך פּאָרען מיט די פרוי און מיט'ן קינד, אפשניידן די "קאָרד", וכו'.
חיים נחום הלוי פריעד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:45 pm
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 239 מאל

Re: "עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט

הודעהדורך געפילטע פיש » מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:46 am

לגבי הרב יחזקאל רויט לאמיך ציטוטירן פון א וואס-איז-נייעס ארטיקעל
“He explained that historically the ‘miyaldos’ (mid-wives) were women and we see in our community that in the Chevra Kadisha, we have men attending to men and women attending to women. Our shuls are separate, our weddings are separate and there is no reason for our emergency medical corps not to function in the same way, not only in childbirth but in other medical situations as well.

איז קלאר אז ער זעהט עס ווי א חומרה. די שאלה איז נאר אויב זיי וועלן מעגן גיין אויף קאלל'ס מיט סיירינס, צו ס'איז א שאלה פון קול באשה...
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6940
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5477 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7444 מאל

Re: "עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט

הודעהדורך טעמפא » מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:51 am

א חבר האט מיר אמאל געזאגט אז דער רמב"ם און דער רמב"ן זענען ביידע געווען פרויען דאקטוירים. איינער ווייסט א מקור דערפאר?
טעמפא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 67
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

Re: "עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט

הודעהדורך געפילטע פיש » מיטוואך פעברואר 29, 2012 1:39 pm

טעמפא האט געשריבן:א חבר האט מיר אמאל געזאגט אז דער רמב"ם און דער רמב"ן זענען ביידע געווען פרויען דאקטוירים. איינער ווייסט א מקור דערפאר?


כ'ווייס נישט צו ס'פעלט אויס מקורות פאר דעם, מיר ווייסען אז זיי זענען געווען דאקטורים, און אין יענע צייטן דאקטוירים זענען געווען דאקטוירים, עס זענען נישט געווען קיין ספּעציאַלטעטן זיי זענען אַלע אַלגעמיינע דאקטוירים. חוצמזה אין זיין דאקטוירישע ספר "פרקי משה" איז די רמב"ם מאריך אין אנטומיע, פיזיולוגיע, פאטולוגיע, דיאַגנאָסיס, טיולוגיע פון קראנקהייטן, פיווער, הקזת דם, שילשול, כירורגיע, דיעטע, מעדיציניען און אויך גניקולוגיע.

אבער איז דאס בכלל א חידוש? האסט געהאט א הוה אמינא אז די רמב"ם האט נאר באהאנדלט מענער?
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6940
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5477 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7444 מאל

Re: "עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט

הודעהדורך סתם געפלאפלט » דינסטאג מערץ 06, 2012 8:43 pm

שרגא האט געשריבן:אינטערעסאנט אז סקווירא זאל מאכן די חומרא ווייל דאכט זיך אז אסאך פון זייערע געבורטס-דאקטוירים זענען מענער און זענען זייער פאפולער (וואס איז מיר טאקע געווען א חידוש אז קיינער האט נאך נישט געטראפן קיין פראבלעם דערמיט).

איך ווייס נישט וואס איר חלום'ט, אין סקווירא איז נישטא קיין געבורטס-דאקטוירים.
סתם געפלאפלט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 3:52 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

Re: "עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט

הודעהדורך שרגא » דינסטאג מערץ 06, 2012 11:56 pm

סתם געפלאפלט האט געשריבן:
שרגא האט געשריבן:אינטערעסאנט אז סקווירא זאל מאכן די חומרא ווייל דאכט זיך אז אסאך פון זייערע געבורטס-דאקטוירים זענען מענער און זענען זייער פאפולער (וואס איז מיר טאקע געווען א חידוש אז קיינער האט נאך נישט געטראפן קיין פראבלעם דערמיט).

איך ווייס נישט וואס איר חלום'ט, אין סקווירא איז נישטא קיין געבורטס-דאקטוירים.


צו וועמען באלאנגט "רפואה העלט סענטער"?
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
באניצער אוואטאר
שרגא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 12:20 am
האט שוין געלייקט: 330 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 767 מאל

Re: "עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט

הודעהדורך דבילה » מיטוואך מערץ 07, 2012 12:20 am

ווי ווערן געבוירן אלע סקווירא קינדערלעך ווי, ביים רבי'ן אין שטוב?
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:17 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 622 מאל

Re: "עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט

הודעהדורך סתם געפלאפלט » פרייטאג מערץ 09, 2012 1:48 am

רפואה העלט סענטער האט נישט קיין געבורטס-אפטיילונג.....
סתם געפלאפלט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 3:52 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

Re: "עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט

הודעהדורך זיידעטשקע » מוצ"ש מערץ 10, 2012 11:12 pm

געפילטע פיש האט געשריבן:
טעמפא האט געשריבן:א חבר האט מיר אמאל געזאגט אז דער רמב"ם און דער רמב"ן זענען ביידע געווען פרויען דאקטוירים. איינער ווייסט א מקור דערפאר?


כ'ווייס נישט צו ס'פעלט אויס מקורות פאר דעם, מיר ווייסען אז זיי זענען געווען דאקטורים, און אין יענע צייטן דאקטוירים זענען געווען דאקטוירים, עס זענען נישט געווען קיין ספּעציאַלטעטן זיי זענען אַלע אַלגעמיינע דאקטוירים. חוצמזה אין זיין דאקטוירישע ספר "פרקי משה" איז די רמב"ם מאריך אין אנטומיע, פיזיולוגיע, פאטולוגיע, דיאַגנאָסיס, טיולוגיע פון קראנקהייטן, פיווער, הקזת דם, שילשול, כירורגיע, דיעטע, מעדיציניען און אויך גניקולוגיע.

אבער איז דאס בכלל א חידוש? האסט געהאט א הוה אמינא אז די רמב"ם האט נאר באהאנדלט מענער?

טאקע אונטערסאנט. אויב געדענק איך גוט האלט די רמבם אז נגיעה ערוה איז א איסור דאורייתא. איז וויאזוי האט ער זיך א עצה געגעבן מיט זיין פרעקטיס??
זיידעטשקע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 303
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:13 am
האט שוין געלייקט: 279 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

Re: "עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט

הודעהדורך געפילטע פיש » זונטאג מערץ 11, 2012 5:54 pm

זיידעטשקע האט געשריבן:טאקע אונטערסאנט. אויב געדענק איך גוט האלט די רמבם אז נגיעה ערוה איז א איסור דאורייתא. איז וויאזוי האט ער זיך א עצה געגעבן מיט זיין פרעקטיס??

נגיעה שאינה לשם חיבה איז דא חילוקי דיעות צו די רמב"ם האט געהאלטן אז ס'דאורייתא, אבער א דאקטער מעג זיכער כיוון דבעבידתיה טריד.

מענין לענין, איינער האט מיר דאס געשיקט פורים. (אזהרה, נשים!)
בילד
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6940
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5477 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7444 מאל

הודעהדורך יאנקל » מאנטאג פעברואר 18, 2013 12:35 pm

יעצט, א יאר שפעטער, ווערט באריכטעט דורך VIN אז די "עזרת נשים" אפטיילונג האט באקומען באשטעטיגונג פון מדינת ניו יארק.
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3714 מאל

הודעהדורך ממי_שאמרו » מאנטאג פעברואר 18, 2013 12:38 pm

מיר קענען שוין קוים ווארטן. די בעסטע וואלט געווען אויב דאס וואלט געווען א פליגל אינטער הצלה צו פארמיידן פאליטיק אין אזא הייליגע ארבעט.
Perchik: Money is the world's curse.
Tevye: May the Lord smite me with it. And may I never recover.
באניצער אוואטאר
ממי_שאמרו
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1444
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 8:45 pm
האט שוין געלייקט: 536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1504 מאל

הודעהדורך בן מלך » מאנטאג פעברואר 18, 2013 5:54 pm

..
בן מלך
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 14
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 24, 2012 1:20 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל

הודעהדורך ממי_שאמרו » מאנטאג פעברואר 18, 2013 5:57 pm

בן מלך האט געשריבן:..


ביסט גערעכט, קיינער קען דיר נישט סותר זיין. (אפשר איז דאס עדות שאי אתה יכול להזימה?)
Perchik: Money is the world's curse.
Tevye: May the Lord smite me with it. And may I never recover.
באניצער אוואטאר
ממי_שאמרו
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1444
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 8:45 pm
האט שוין געלייקט: 536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1504 מאל

הודעהדורך בן מלך » מאנטאג פעברואר 18, 2013 6:04 pm

ממי_שאמרו האט געשריבן:
בן מלך האט געשריבן:..


ביסט גערעכט, קיינער קען דיר נישט סותר זיין. (אפשר איז דאס עדות שאי אתה יכול להזימה?)

סארי איך האב עפעס געשריבן, געשיקט און געוואלט מעקן נאכדעם. פארשטייסט?
בן מלך
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 14
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 24, 2012 1:20 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » מאנטאג פעברואר 18, 2013 6:05 pm

יאנקל האט געשריבן:יעצט, א יאר שפעטער, ווערט באריכטעט דורך VIN אז די "עזרת נשים" אפטיילונג האט באקומען באשטעטיגונג פון מדינת ניו יארק.

זאל זי גיין מחיל אל חילת.
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8446 מאל

הודעהדורך ניו יארק » מאנטאג פעברואר 18, 2013 9:05 pm

ווען איינער גייט אריין אונעם ניינטען, זאל ער זיי קאלן מיט איין בהלה און זאגן אז עס איז אן עמערדשענסי, אפשר אזוי וועלן זיי אנקומען און צייט.
איך בין גערעכט מיט מיין מיינונג? האסט הנאה פון מיין תגובה? גיב א לייק בילד ®
באניצער אוואטאר
ניו יארק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 815
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 2:28 pm
געפינט זיך: נו...? ווי דען אויב נישט אין ניו יארק?
האט שוין געלייקט: 186 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 401 מאל

הודעהדורך מאראנצןזאפט » מאנטאג פעברואר 18, 2013 10:27 pm

ממי_שאמרו האט געשריבן:מיר קענען שוין קוים ווארטן. די בעסטע וואלט געווען אויב דאס וואלט געווען א פליגל אינטער הצלה צו פארמיידן פאליטיק אין אזא הייליגע ארבעט.

הצלה קען נישט נעמען קיין פרויען זאלן ארבעטן צוזאמען מיט מענער, ס'וואלט נישט געקלאפט.
הצלה האט שוין געהאט דעם פראבלעם מיט יארן צוריק אין סטעטן איילענד, הערשל וועבער האט געזאגט לא מיט א למד און ביי דעם איז עס געבליבן.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 3:15 pm
האט שוין געלייקט: 1817 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2368 מאל

נעקסט

גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Majestic-12 [Bot] און 2 געסט

cron