בלאט 1 פון 1

"עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט

נשלח: דינסטאג פעברואר 28, 2012 10:17 pm
דורך יאנקל
עס איז היינט באריכטעט געווארן אז ארום פופציג פרויען האבן זיך אנגעשלאסן אין דער נייער "עזרת נשים" ארגאניזאציע - וועלכע איז א פרויען ווערסיע פון "הצלה". דער נאמען "עזרת נשים" קומט פון דעם טראדיציאנאלן טערמין פון דער פרויען אפטיילונג אין בית-הכנסת, אבער אין דעם פאל איז עס מרמז אויף די "הילף פון פרויען" - די הילף וואס די פרויען וואלונטירן שטעלן צו.
די אינציאטארין פון דעם פראיעקט איז די באקאנטע אדוואקאטין און אקטיוויסטקע רחי פרייער, א חסידישע פרוי פון בארא-פארק, וועלכע האט גע'טענה'ט אז עס פעלט אויס א פרויען אפטיילונג פאר עמוירדזשענסיס וועלכע מאכן זיך ביי פרויענישע אומשטענדן, ווי א פריע געבורט, וואס דאן איז גאר אומבאקוועם פאר א פרוי, און אפילו טראומאטיש, אז א מאן זאל זיך מיט איר אפגעבן.
אויף דעם עצם געדאנק זענען פאראן צוויי וועגן וויאזוי עס צו באטראכטן. צו ערשט איז דער פרומער בליק - אז דאס איז א פרישע חומרא מיט דעם אז מענער זאלן זיך נישט דארפן אפגעבן מיט פרויען, א שטייגער ווי די הוראה וועלכע איז ארויס א צייט צוריק פון האדמו"ר מסקווער אז אין זיין שטעטל זאלן פרויען דינען אלץ הצלה מעמבערס פאר פרויענישע אומשטענדן.
דער אנדערער בליק איז דער פעמיניסטישער בליק - אז דאס איז א דורכברוך פאר די פרויען רעכטן, אז זיי זאלן זיך מער נישט דארפן באגראבן פאר בושה ווען א מאן באהאנדלט זיי, נאר ווערן באהאנדלט דורך זייערס גלייכן.
מיט עטליכע וואכן צוריק איז געווען באריכטעט אז הרב יחזקאל ראטה האט געגעבן זיין הסכמה פאר "עזרת נשים". עס איז גרינג זיך פארצושטעלן אז הרב ראטה קוקט עס אן ווי א חומרא לגבי נגיעה בנשים.