נוי יארק האט געשריבן:יעצט באקומען פון איינעם אויפן בבמ (נאר די מידעל עידש ווייסען וואס דאס איז). נישט אזוי.גוט געשריבען אבער די פוינט איז דא 8. Call to Ezras nushim Says: Dispatcher: My wife is having terrible labor pains..please please Dispatcher: Whats the address please.? what floor is she at now? Dispatcher: All units please respond to emergency at ...Webster ave. Unit B23: Sorry getting my kids on bus now ... Unit B19: Sorry my car is stuck in 14 inches of snow Unit B11: Trying to get there but behing sanitation truck Unit W7: On Prospect Expwy should be there in 17 minutes Unit Q14: Getting dressed and taking my baby next door to baby sitter.ETA 19 min. Patient: Please please its getting worse ..please get me someone here... Dispatcher : Sorry we have no one before 16 minutes please call 911 or Hatzoloh...
פון די אנדערע זייט איז דא אסאך פרויען וואס זענען שוין אביסל עלטער און האבען רואיג צייט, און וואלט געווען געוואלדיג ווען זיי קענען גיין ווי ס'פעהלט אויס, איך האב מיטגעהאלטען ביי איינעם וואס שוין די דריטע מאל האט ער געהאט א קינד אין שטיב און אלע יוניטס זענען געקומען מיטהאלטען און דער מאן איז געשטאנען ביים טיר און זיך געאמפערט מיט די הצלה לייט וואס זענען געקומען אבזיווירען..
די פלאן מתחילה איז געווען אזויווי אין סקווירא, אז ווען ס'מאכט זיך א געבורטס רוף זאל די דיספעטשער אריינרופן 2 פרויען זאלן טון די מלאכה פון באהאנדלן די פרוי, ס'איז בכלל נישט דומה ווען א פרעמדע דאקטאר אפילו א מאנס פערזאן טוט די ארבעט צו ווען היימישע יונגערמאן טוט דאס, דו פרויען זענען זייער אומבאקוועם דערמיט, און די מעמבערס זענען אויך נישט אייביג צו באקוועם דערמיט, אין סקווירא ארבעט זיך עס זייער שיין אויס, און דאס האט מען מתחילה געוואלט מאכן אין ברוקלין, למשה האבן עס די הצלה אדמיניסטראציע אנגענומען זייער אויף נישט א גוטע אופן, און ווילן עס נישט אריינעמען אין זייער ארגעניזאציע,
דער יסוד פין חוזק מאכען כאילו פרויען קענען גארנישט נאר מענער, קומט פין אונזער שלא עשני אשה מענטאליטעיט, פרויען זענען גארנישט הינטערשטעליג, מען קען חוזק מאכען ביז מארגען, אבער די אלע זאכען זענען נישט קיין שום תירוץ אויף נישט צו פארלאנגען אז לכתחילה זאל א פרוי מאכען דער דעליווירי.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
לויט ווי איך האב געהערט אז זייער אסאך מאל ביי אזא פאל נעמט די הצלה מיט מרס פראנצויז (נישט מען גייט קודם צו איר נאר די 3-4 מעמבער גייט איר אויפפיקען) איך מיין אז נאר 2-3 פרויען זאלען זיך צילערנען און ארבעטן ציזאמען
לעמאן דזשוס האט געשריבן:איחוד, דו ביזט פון די שעשני כרצונו זאגערס?
ער וויל נישט דערמאנען אשה צוליב צניעות, דעריבער זאגט ער ביי די ברכה: שעשינו שלא כרצונו
תיקון טעות וצ״ל; שלא עשינו כרצונו... וכידוע הסיפור עם החסיד גור וכו׳...
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
לענין הברכה, כ'האב געמיינט דער ביטול וואס איז דא צו פרויען, און ערגעץ אנדרעש ווי איז שוין דא א לענגערע אריקעל געשריבען דורך איינער פין די חשובע שרייבערס דא אין דעם ענין.
דאס מיינט נישט איך וויל זיין א פרוי, און מורא האבען פין קאקאראטשעס, און דן זיין מיט הרגשות, און ליב האבען צו גיין שאפינג וכו', אדרבה איך בין גאר העפי צו זיין א מאן וואס טוט זיך פארמעסטען און וויל זיין משה גרויס און ראש הקהל, און דער ברכה פין שלא עשני אשה ווערט געמאכט מיט גרויס כוונה.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
Some people feel the need to overcompensate for their superiority complex by arrogantly putting others down. "Hey, look here! I have a penis, and I'm so much better for it."