בנימי"ן זא"ב יטרף! א הייסן טרער אויפן פרישן יונגן קבר!

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

בנימי"ן זא"ב יטרף! א הייסן טרער אויפן פרישן יונגן קבר!

הודעהדורך פויער » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 3:52 pm

יאָמי - הבחור בנימין זאב ע"ה ב"ר שמשון ברוך הי"ו ברוין - ווי איך פלעג אים רופן בלשון חיבה איז געווען א געהויבן יונגל פון א העכערן סארט, איך פלעג האבן א ספעציעלן קשר מיט אים, און איך פלעג כסדר רעדן און פארברענגן מיט אים.
די וואסער פון די אויגן גיסן, שטייענדיג היינט אינדערפרי אויף ראדני סטריט אין ווילימסבורג פארנט פונעם גרויסן סאטמארען שוהל, ווי הונדערטער פאמיליע מיטגלידער און גוטע פריינט האבן זיך מאסנווייז פארזאמעלט אפגעבן די לעצטע כבוד פארן טייערן בריליאנט שטיין וואס איז אזוי יונג און טראגיש פארשניטן געווארן און אוועקגענומען געווארן פון אונז דורכן פארשאלטענעם חולת המגיפה - די ביטערע מחלה השם ישמרנו - צום פלוצלונג'דיגן ביטערן שאק פון זיינע נאנטע וואס קענען זיך נישט גלייבן אז יאמי איז שוין נישטא אויף די זעלבע וועלט ווי אונז, די בא'חנ'טע רויטע בעקעלעך וועט מען מער נישט זעהן, די זיסע שמייכעלעך וועט שוין נישט זיין צו באקומען, די ווארעמע גריסן און ווערטאלעך וועט מען מער נישט הערן.
די ביטערע טראגעדיע וואס האט זיך בליץ שנעל פארשפרייט און שנעל קורסירט פון מויל צום אויער האט צופלעפט יעדן צוהערער באשאפן פון בלוט און פלייש, א חבר פון וויליאמסבורג האט מיר אנגערופן מיט די שלעכטע נייעס אז יאמעלע איז מער נישט בינינו - ער איז מער נישט צווישן אונז, מיינע אויגן האבן זיך פארגלייזט און מיין הארץ האט זיך ווי אויסגעשאלטערט פארפעלנדיג עטליכע קלעפ, א שרעקליכן קרעכץ האט זיך ארויסגעריסן פון די טיפעניש פון מיין נשמה: אוי באשעפער! וויפיל קענען מיר?!
דאס גאנצע נאכט איז דורך שווארץ, די צורה פון יאמי ע"ה איז מיר געליגן פארן פרצוף, ווי נישט זיך צו שיידן, דאס כליפען האט אנגעהאלטן און זיך פארשטערקערט בשעת'ן הערן דעם חשוב'ן פאטער ר' שמשון ברוך הי"ו מספיד זיין און זיך געזעגענען פון זיין הארציג קינד: "באשפער, איך נעם עס אן באהבה!" "עס איז יעצט אין די טעג פון בין כסא לעשור - בי"ן כס"א מיין טייערן זוהן האט מען באהאלטן און אוועקגענומען פון מיר!" און ארויסגעברענגט זיינע פשוטע מעלות, זיין רוב טובו, זיין צוגעלאזן הארץ צו יעדן איינעם צוגלייך אינדערהיים און צווישן די חברים וואס האט אפגעשפיגעלט זיין איידעלן כאראקטער און ווארעמען באנעמונג צו אלעמען, און בפרט פאר הכנסת כלה ווויפיל שווערע געלטער ער האט צוזאמגעשטעלט פאר די נויטיגע, קיין שלעכט ווארט אויף א צווייטן איז קיינמאל פון זיין מויל נישט ארויסגעקומען.
דער טאג נאך ראש השנה ג' תשרי ווערט געברענגט אין שו"ע איז א יום תענית און א יום צרה, אויפן טויט פונעם צדיק גדלי' בן אחיקם און נאך אסאך צרות וואס איז געשעהן פאר יודישע קינדער משך די דורות אינעם דאזיגן טאג, היי יאר איז אויף די ליסטע צוגעלייגט געווארן א שורה, עס איז אוועקגענומען געווארן פון אונז א חפץ יקרה א נשמה טהורה. כלל ישראל האט פארלוירן פון דאס בעסטע און שענסטע.
יאמעלע, יעצט ביזטו שוין נישטא מיט אונז דא פון אונטן, אבער דו ביזט נאך זיכער מיט אונז פון אויבען, אונז בעט מיר דיך: "האסט דאך אלע דיינע יארן אויף די וועלט פרובירט ארויסהעלפן יעדן איינעם ווען אימער, יעצט איז דיר שוין גוט דארט אבער פארגעס נישט פון דיינע נאנטע דא, רייס איין הימלען פאר די משפחה און חברים דיינע, ארלעדיג כל מיני ישועות און רפואות פאר גאנץ כלל ישראל, פארארבעט מעשים אויבען מען זאל אונז שוין קומען אפנעמען פון דעם עקלדיגן ביטערן גלות דא, מיטן ווייסן אדלער זאלן מיר פליען קיין לאנד ישראל בקרוב ובמהרה ממש, ומחה ה' דמעה מעל כל פנים!" מיר וועלן דיך קיינמאל נישט פארגעסן דא! מיר בענקן זיך עכט שטארק!

יהא זכרו ברוך - ותהא נשמתו צרורה בצרור החיים, אמן.

*
געדענקט ביים לערנען און ביי יעדן דבר טוב צו דערמאנען: לעילוי נשמת בנימין זאב בן שמשון ברוך עליו השלום.
דאס ביטערע טראפ איז בכלל נישט אזוי ביטער... כ'על מיך פרייען צו הערן פון דיר: poar.kaveshtiebel@gmail.com
פויער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 42
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 4:29 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל

הודעהדורך לעמיל » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 3:54 pm

איך האב אים נישט געקענט אבער זייער זייער הארציג באשריבען מר' פויער
אויף שמחות זאלסטו שרייבען
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 1154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 815 מאל

הודעהדורך פויער » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 3:55 pm

לעמיל האט געשריבן:איך האב אים נישט געקענט אבער זייער זייער הארציג באשריבען מר' פויער
אויף שמחות זאלסטו שרייבען

אמן!
דאס ביטערע טראפ איז בכלל נישט אזוי ביטער... כ'על מיך פרייען צו הערן פון דיר: poar.kaveshtiebel@gmail.com
פויער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 42
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 4:29 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל

הודעהדורך וויליאמסבורגער » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 3:57 pm

אוי באשעפער. ס'איז מקויים געווארן די משל וואס חז"ל זאגן אויף סוכות, אזוי ווי א "עבד שמזג כוס לרבו והרס שופך לו את הקיתון על פניו." מיר האבן נארוואס געוויינט אין ביהמ"ד און מתפלל געוועהן פאר א זיס לעכטיג יאהר!! מיר האבן נארוואס מיט שמחה און אמת'ע אמונה אויסגעשריגן "היום תאמצינו" גלייבענדיג באמונה שלימה אז עס קומט א שנת גאולה וישועה. אבער, אוי אזא בראך. אזוי צוריקווארפן אונזערע תפילות אין פנים.
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 415 מאל

הודעהדורך קלאר » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 5:03 pm

בד''ה, זייער שווער אין פליצלינג
לאמיר כאפען דעם ווינק פון די קרבנות ציבור
אין איינרייסן אויף בעסערס פאר תשע''ג


אגב, האט איינער א בילד פין דעם נפטר
איך וויל נאר זיכער מאכען אז איך ווייס ווער דאס איז
נישט אז איין טאג וועל איך טרעפן דעם געמיינטען נפטר אין ביהמ''ד
באניצער אוואטאר
קלאר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1230
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2012 1:06 pm
האט שוין געלייקט: 353 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 335 מאל

הודעהדורך a1b2 » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 5:20 pm

קלאר האט געשריבן:בד''ה, זייער שווער אין פליצלינג
לאמיר כאפען דעם ווינק פון די קרבנות ציבור
אין איינרייסן אויף בעסערס פאר תשע''ג


אגב, האט איינער א בילד פין דעם נפטר
איך וויל נאר זיכער מאכען אז איך ווייס ווער דאס איז
נישט אז איין טאג וועל איך טרעפן דעם געמיינטען נפטר אין ביהמ''ד

איך קען עס נישט ארויפלייגען אז ווילסט גיב מיר דיין emal וועל איך דיר עס שיקען
באניצער אוואטאר
a1b2
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 558
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 11, 2012 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 220 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 83 מאל

הודעהדורך a1b2 » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 5:43 pm

דא
בייגעלייגטע פיילס
1348062444.jpg
1348062444.jpg (7.52 KiB) געזען געווארן 2435 מאל
באניצער אוואטאר
a1b2
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 558
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 11, 2012 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 220 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 83 מאל

הודעהדורך לעמיל » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 5:51 pm

יישר כח מר' a1b2
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 1154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 815 מאל

הודעהדורך a1b2 » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 6:17 pm

.
בייגעלייגטע פיילס
1348093255.jpg
1348093255.jpg (47.94 KiB) געזען געווארן 2381 מאל
באניצער אוואטאר
a1b2
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 558
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 11, 2012 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 220 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 83 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 1:50 am

איז דא א מקור אז ווען דער נפטר גייט ארויף אויבן אין הימל, קען ער איינרייסן פאר אונז דא אונטן?
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3802
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4661 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1881 מאל

הודעהדורך a1b2 » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 9:47 am

נולד מאוחר האט געשריבן:איז דא א מקור אז ווען דו נפטר גייט ארויף אויבן אין הימעל, קען ער איינרייסען פאר אונדז דא אונטען?

עפן א פרישע אשכול דערוועגן אין תורה ודעת, וועל איך שרייבן וועגן דעם.
באניצער אוואטאר
a1b2
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 558
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 11, 2012 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 220 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 83 מאל

הודעהדורך צוקער » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:16 pm

הערליך באשריבן פויער ממש מיך אויך צו מאכן וויינען.
לייק מיר נאר אויב דו האלטסט אז עס קומט מיר אמת'דיג!
צוקער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 64
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 6:23 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 1:01 pm

נולד מאוחר האט געשריבן:איז דא א מקור אז ווען דער נפטר גייט ארויף אויבן אין הימל, קען ער איינרייסן פאר אונז דא אונטן?


אפשר זאלסטו קויפן ספרים איבער מקורות, טעמי המנהגים ומקורי הדינים אפשר,
דו באמבארדירסט יעדן צווייטן אשכול מיט שאלות פון מקורות,
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15140
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18149 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 2:45 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:איז דא א מקור אז ווען דער נפטר גייט ארויף אויבן אין הימל, קען ער איינרייסן פאר אונז דא אונטן?


אפשר זאלסטו קויפן ספרים איבער מקורות, טעמי המנהגים ומקורי הדינים אפשר,
דו באמבארדירסט יעדן צווייטן אשכול מיט שאלות פון מקורות,

קאווע איז די בעסטע ספר. סארי פאר די באמבעס, כ'פראביר ס'זאל נישט פאלען אויף דיר.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3802
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4661 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1881 מאל

הודעהדורך קופערניקוס » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 3:17 pm

פרעג אויך ווען דער נפטר גייט אראפ אונטן קענען מיר דא אויבן איינרייסן פאר אים. דאס האט פיל מער מקורות און איז מער זאכליך געפרעגט
קופערניקוס
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1369
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 9:24 pm
האט שוין געלייקט: 2953 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4196 מאל

הודעהדורך פאדעם » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 4:08 pm

צוקער האט געשריבן:הערליך באשריבן פויער ממש מיך אויך צו מאכן וויינען.
פאדעם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 26
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:32 pm
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

הודעהדורך קלאר » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 12:13 am

ווען האט מען אנדעקט די מחלה
אין וואס איז געשעהן אזוי פליצלינג?
איז געווען קאמפליקאציעס?
באניצער אוואטאר
קלאר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1230
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2012 1:06 pm
האט שוין געלייקט: 353 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 335 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 12:23 am

קופערניקוס האט געשריבן:פרעג אויך ווען דער נפטר גייט אראפ אונטן קענען מיר דא אויבן איינרייסן פאר אים. דאס האט פיל מער מקורות און איז מער זאכליך געפרעגט

פארוואס זאגסטו עס האט מער מקורות?
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3802
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4661 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1881 מאל

הודעהדורך אוי טאטי » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 10:12 am

קלאר האט געשריבן:ווען האט מען אנדעקט די מחלה
אין וואס איז געשעהן אזוי פליצלינג?
איז געווען קאמפליקאציעס?

ערב יוט,
איך ווייס נישט זיכער, אבער כאב געהערט אז זיין קערפער האט נעבך נישט געקענט פארנעמן די טריעטמענטס. ה׳י!
!..If you go black, you'll never go back
באניצער אוואטאר
אוי טאטי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 530
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 146 מאל

הודעהדורך a1b2 » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 11:57 am

קלאר האט געשריבן:ווען האט מען אנדעקט די מחלה
אין וואס איז געשעהן אזוי פליצלינג?
איז געווען קאמפליקאציעס?

ער האט געהאט ערב יום טוב הויעך פיבער ער איז גיגאנגן צום דאקטיר אין מען האט אים געלייך אריינגעשיט אין שעפיטאל איך הער אז די דאקטער דא האט געמאכט א בהלה אז ער האט יענע מעשה
רל ממיילה האט די שפיטאל גגעבן גאר שטארקע מעדיקעשן וואס ער האט בכלל נישט
געדארפט האבען האט ער לע געכאפט א מיסע הארץ צוטאק
באניצער אוואטאר
a1b2
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 558
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 11, 2012 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 220 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 83 מאל

הודעהדורך a1b2 » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 12:00 pm

.
בייגעלייגטע פיילס
1348242684-1.jpg
1348242684-1.jpg (39.14 KiB) געזען געווארן 1805 מאל
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך a1b2 אום פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 12:08 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
a1b2
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 558
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 11, 2012 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 220 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 83 מאל

הודעהדורך קלאר » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 12:07 pm

אוי טאטי האט געשריבן:
קלאר האט געשריבן:ווען האט מען אנדעקט די מחלה
אין וואס איז געשעהן אזוי פליצלינג?
איז געווען קאמפליקאציעס?

ערב יוט,
איך ווייס נישט זיכער, אבער כאב געהערט אז זיין קערפער האט נעבך נישט געקענט פארנעמן די טריעטמענטס. ה׳י!

די טריטמענטס הרגנ'ן אזוי שנעל?
ווילאנג האט ער באקומען טריטמענטס אין געזעהן אז זיין קערפער פארנעמט עס נישט?
חוץ אויב ס'איז א אלערזשי ריעקשאן אד''ג וואס קען זיין פליצלינג פאטאל
באניצער אוואטאר
קלאר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1230
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2012 1:06 pm
האט שוין געלייקט: 353 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 335 מאל

הודעהדורך קלאר » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 12:14 pm

a1b2 האט געשריבן:
קלאר האט געשריבן:ווען האט מען אנדעקט די מחלה
אין וואס איז געשעהן אזוי פליצלינג?
איז געווען קאמפליקאציעס?

ער האט געהאט ערב יום טוב הויעך פיבער ער איז גיגאנגן צום דאקטיר אין מען האט אים געלייך אריינגעשיט אין שעפיטאל איך הער אז די דאקטער דא האט געמאכט א בהלה אז ער האט יענע מעשה
רל ממיילה האט די שפיטאל גגעבן גאר שטארקע מעדיקעשן וואס ער האט בכלל נישט
געדארפט האבען האט ער לע געכאפט א מיסע הארץ צוטאק

ער איז אוועק פין א הארץ אטאקע?
אין בכלל נישט געהאט די מחלה?
באניצער אוואטאר
קלאר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1230
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2012 1:06 pm
האט שוין געלייקט: 353 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 335 מאל

הודעהדורך זר זהב » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 12:55 pm

איך האף אז מ'גייט סוען יענעם שפיטאל! סיז כמעט קלאר אז א מענטשליכער טעות האט אים אוועקגעלייגט.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4203 מאל

הודעהדורך a1b2 » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 2:01 pm

קלאר האט געשריבן:
a1b2 האט געשריבן:
קלאר האט געשריבן:ווען האט מען אנדעקט די מחלה
אין וואס איז געשעהן אזוי פליצלינג?
איז געווען קאמפליקאציעס?

ער האט געהאט ערב יום טוב הויעך פיבער ער איז גיגאנגן צום דאקטיר אין מען האט אים געלייך אריינגעשיט אין שעפיטאל איך הער אז די דאקטער דא האט געמאכט א בהלה אז ער האט יענע מעשה
רל ממיילה האט די שפיטאל גגעבן גאר שטארקע מעדיקעשן וואס ער האט בכלל נישט
געדארפט האבען האט ער לע געכאפט א מיסע הארץ צוטאק

ער איז אוועק פין א הארץ אטאקע?
אין בכלל נישט געהאט די מחלה?

ער האט יא געהאט נישט דעיס האט אים אבער אוויגלייגט
באניצער אוואטאר
a1b2
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 558
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 11, 2012 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 220 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 83 מאל

נעקסט

גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 16 געסט