נייעס - אין קורצן

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2755 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4713 מאל

כנסת שטעלט זיך אנטקעגן טראנספארטאציע אין שבת

שליחה דורך יידל »

אויף וויי-נעט איז נעכטן באריכטעט געווארן אז מרץ'ס פארגעשלאגענע געזעץ צו ערלויבן טראנספארטאציע אין שבת איז שטארק דורכגעפאלן אין כנסת צוליב וואס די חבירים פון די לינקע ארבייטער פארטיי זענען אויך געווען פון די וואס האבן זיך אנטקעגן געשטעלט דעם געזעץ. "עס איז דא א סאציאלער ווירדע אין דעם אז איין טאג פון וואך רוהט אלעס" האט געזאגט ח"כ יצחק "בוז'י" הרצוג, א חבר אין עבודה פארטיי אין א זון פון דעם געוועזענעם רב הראשי הרב הערצוג זצ"ל. אין מרץ האט מען אטאקירט די חברי כנסת פון עבודה, זאגנדיג אז זיי זענען גרייט מקריב צו זיין דאס קוואליטעט פונעם לאנד אין דאס פרייהייט פון רעליגיע, אלץ צו געפעלן די חרדים.

דאס דורכפאל פונעם געזעץ צייגט נישט גוט פאר תל אביב, ווי דער שטאטישער באווירדע האט ממש לעצטענס מאשר געווען צו אקטיוויזירן פובליק טראנספארטאציע אין שבת אין זייער שטאט. מיטן דורכפאל פונעם יעצטיגן געזעץ שיינט אז דער געזעץ אין תל אביב וועט אויך נישט האבן קיין קיום. ימים יגידו.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.

דער אשכול פארמאגט 193 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר