נתניהו פאררופט פריע וואלן אין ישראל

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
סופר ומונה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 281
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 682 מאל

נתניהו פאררופט פריע וואלן אין ישראל

שליחה דורך סופר ומונה »

ישראל פרעמיער ביבי נתניהו האט דינסטיק געמאלדן אז ער פאררופט פריע וואלן, זאגנדיק, "די טובה פון מדינת ישראל פארלאנגט אז מ'זאל איצט גיין צו פרישע וואלן, ווי פריער מעגלעך." נתניהו האט געזאגט אז ער באפארצוגט א "קורצע וואלן-פעריאד פון דריי חדשים" צו פארמיידן אז די עקאנאמיע זאלן ליידן פון א לענגערן פעריאד פון אומזיכערקייט.

די הויפט-סיבה פאר די פריע וואלן איז דאס אז נתניהו האט נישט מצליח געווען צו געפינען שטיצע צווישן זיינע קאאליציע חברים פאר דעם בוזשעט פון 2013. אבער פאר נתניהו פערזענלעך לוינט איצט צו פאררופן וואלן, וויבאלד ער שטייט זייער גוט אין די אנקעטעס, און - ווי אלוף בן האט געשריבן אין 'הארץ' - "זיינע קעגנער זענען שוואך און נישטיק און האבן נישט פערזענטירט אן אלטערנאטיווע צו זיין פאליטיק... מר. נתניהו שטייט ארויס ווי אן אויטאריטאטיווער, ערפארענער שטאטסמאן אן קיין פאסיקן ערזאץ."
רעאגיר