ניו יארק סיטי מאראטאן

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 02, 2014 12:09 pm

גאלד האט געשריבן:די ניו יארקע מאסן זענען זייער אויפגעברויזט איבער די באשלוס צו לאזן אנגיין די מאראטאן,
ס'דא א באוועגונג צו לויפן די פארקערטע ריכטונג אלס פראטעסט,
אזא בחינה פון אנו רצים והם רצים
מ'העט מודיע זיין ווי די פארקערטע לויפער גייען זיך מאחד זיין

דער פראבלעים איז, אז אויב מ'עסט אום שב"ק (לכה"פ) צוויי טעלערס טשאלנט, קען מען זונטיג נישט לויפן אין קיין מאראטאן...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14090
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16214 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9188 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » זונטאג נאוועמבער 02, 2014 2:29 pm

/
בייגעלייגטע פיילס
IMG-20141102-WA0057.jpg
IMG-20141102-WA0057.jpg (195.72 KiB) געזען געווארן 1385 מאל
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5440 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 02, 2014 2:36 pm

רויט?
אזא פריצות!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15298
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18126 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18532 מאל

הודעהדורך ברסלבער » זונטאג נאוועמבער 02, 2014 2:37 pm

איך פלעג אלע יארן געוואויר ווערן ווען די מאראטאן איז, נאר דורך די צעטליך...
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2038
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:07 pm
האט שוין געלייקט: 4342 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4039 מאל

הודעהדורך קאסטנער » זונטאג נאוועמבער 02, 2014 2:49 pm

יעצט אריבערגעגאנגען בעדפארד די עולם שטייט אין די מאסן ביי די זייטן אין קיקן זיך צי
נעקסטע יאר זאל מען שוין ענדערש הענגן צעטלעך אז פרויען טארן זיך נישט געפינען דארט וועגן תעריבות
וועד הצניעות וועט זיין אויפן פלאץ צי אינפארסירען שאריא..
באניצער אוואטאר
קאסטנער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 377
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 19, 2014 7:55 pm
האט שוין געלייקט: 418 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 223 מאל

הודעהדורך איך אויך » זונטאג נאוועמבער 02, 2014 5:01 pm

ברסלבער האט געשריבן:איך פלעג אלע יארן געוואויר ווערן ווען די מאראטאן איז, נאר דורך די צעטליך...

דאס איז געווען די טענה פונעם גערער (פאר א טויש האלט ער אמאל צום זאך) ביים מצעד התועבה אין ירושלים עיה''ק אז קיין איין פרומע אינגל ובחור געפינט זיך נישט דארט אוף יענע גאסן בשעת מעשה און די גאנצע טומל לוינט זיך נישט. די אזוי-גערופענע פרומע סוטים און סתם באורד אוכלי לחם חסד ליידגייערס האבען נישט אינגערוהט ,באצירט אלע ווענט מיט שרייעדיגע הזדעזי ארץ וכו פלאקאטן און אלס רעזולטאט האבען טויזענטער ריינע נשמות אויסגעפונען פון די אלע שמוץ.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5804
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8106 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2644 מאל

הודעהדורך יאסל ראקאווער » מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 1:01 am

Left,Right,Left Right Left
בייגעלייגטע פיילס
IMG-20141102-WA0050.jpg
IMG-20141102-WA0050.jpg (101.92 KiB) געזען געווארן 1290 מאל
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
יאסל ראקאווער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 267
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 137 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 427 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 1:03 am

הם רצים... ואנו רצים בטלית ותפילין ארויס פון בית המדרש...
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8532 מאל

הודעהדורך קליגער אינגערמאן » מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 1:49 am

ברענגסט א ראי' פון פאפא ?
קליגער אינגערמאן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 216
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 02, 2013 11:30 pm
געפינט זיך: דערינען
האט שוין געלייקט: 322 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 117 מאל

הודעהדורך קאסטנער » מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 2:44 am

קליגער אינגערמאן האט געשריבן:ברענגסט א ראי' פון פאפא ?


גערעכט, ברענג פין קארנער ראדני סאיז אסאך שענער
די עולם דארט איז געווען דאפעלט
באניצער אוואטאר
קאסטנער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 377
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 19, 2014 7:55 pm
האט שוין געלייקט: 418 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 223 מאל

הודעהדורך ציבעלע-קיגל » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 3:18 pm

קוק יא ווי מען לויפט... קוק נישט ווי מען לויפט...

לכל הפחות אויב דו קוקסט יא... טוה דער אויס דער טלית און תפילין...
אויב דו ווילסט אז מען זאהל אלעמאהל זאגען אז דו ביזט א ליגנער...
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...

דער אמת שטעכט!
באניצער אוואטאר
ציבעלע-קיגל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1120
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
האט שוין געלייקט: 574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 5:36 pm

יאסל ראקאווער האט געשריבן:Left,Right,Left Right Left

איין זאך איז צו באמערקן: אז די מאראטאן לויפערס לויפן נישט בתערובות...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14090
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16214 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9188 מאל

הודעהדורך סופר ומונה » זונטאג נאוועמבער 01, 2015 9:10 pm

אינטערעסאנט צו באמערקן אז דער מאראטאן האט ערשט אנגעהויבן דורכלויפן וויליאמסבורג אין די תש"ל-יארן. עס איז דאן קיינעם בייגעפאלן צו מאכן א 'ויצעקו' אפצורופן די 'שרעקלעכע גזירה', ווי עס וואלט געוויס היינט געווען.
באניצער אוואטאר
סופר ומונה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 280
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 630 מאל

הודעהדורך ישראלי » זונטאג נאוועמבער 01, 2015 9:53 pm

אלה ברכב ואלה בסוסים

דעם היינטיגן זונטאג פרשת חיי שרה האט דער וויליאמסבורגער חרדישער יישוב מיטגעלבעט צוויי מאדנע שגעון'ישע קאפריזן, וואס עטליכע ליידיגע פערזאנען מיט אסאך ענערגיע האבן אנגעדרייט מיט גרויס פאראדע און פראפאגאנדע און זיך אויסדערוועלט אונזער יישוב צו ליידן פון זייערע קאפריזן.

די ערשטע איז גראדע נישט קיין נייער זאך נאר גייט שוין אסאך יארן, וואס עס לויפן אדורך עטליכע טויזענט פערזאנען הרצים יצאו דחופים משבע ועשרים ומאה מדינות, מיט א גאלאפ לויפן זיי אן קיין שום ציהל בלויז צו אנפילן זייער ליידיג צייט און אפשר אביסל עטענשאן פון די נארישע ביישויערס וואס פלאטערן מיט די הענט און יובל'ן פאר זיי אויף די גאסן, און אפילו עטליכע הינדערט אינוואלידן אין זייערע וויגן בענקלעך זענען דורכגעלאפן אפילו מ'האט נישט די מעגליכקייטן מיט די וויגן בענקלעך אנצוקומען צום ענד-ציהל פון די לויפער'ס, אבער וואס טוט מען נישט פאר ליידיג גייען?! און בעיקר רעדט מען דאך פון אזעלכע פערזאנען וואס פרעגן נישט צו פיהל, נאר אז מ'זעהט פראפאגאנדע לויפט מען מיט, אן קיין פארוואס.

מיר חסידישע אידן וואס דארפן נעבעך ליידן פון די שכנים אין אונזער גלות שטעלן קיין ווידערשטאנד צו די קאפריזן, און מ'פארמאכט זיך די אויגן און מ'ליידט די פאר שעה פון זייער שגעונות, און מ'שמייכעלט זיך אונטער ווען מ'זאגט דעם הם רצים ואנו רצים, ס'מאכט זיך גאנץ אנדערש דעם שלא עשני גוי, און ווען מ'זאגט ברוך הוא אלקינו שבראנו לכבודו וכו'.

היי יאר איז גראדע ארויפגעקומען אויף די ארענע א פרישער אנשיקעניש, פון געוויסע ליידיג גייערס מיט זייער אסאך ענערגיע און וואס ליידן פון לעק אוו עטענשאן, וואס טרייבט זיי און זוכן עפעס אקטיוועטיס אין וויליאמסבורג, און אינאיינוועגס זעטיגן זייער נאטור פון שעלטן מאה קללות בכל יום ואין לך יום שאין קללתו מרובה מחברתו, זיי ווילן אויסגיסן אביסל פון זייער ביטערקייט אויף די בריאה און בעיקר אויף זייער סביבה, שרייען און שעלטן איינמאל א וואך, ווייל בלויז שבת איז נישט גענוג, מ'קען שוין נישט פארן יעדע וואך קיין מאנהעטן פראטעסטירן פאר די RFR און אויך נישט צו BH , ס'איז נישטא קיין ערליכע רבי'ס פון ארץ ישראל יעדע וואך צו שרייען גיוואלד חופרי קברים, נישטא קיין נגידים פון לאנדאן וואס מאכן חתונה דא צו פראטעסטירן, נישטא קיין שטאטישע פאליטישע וואלן יעדן טאג צו שרייען תועבה, נישטא קיין געשעפטן ווי מ'קען אנשמירן און פראטעסטירן יעדן טאג, נישטא קיין פרעס טראק צו שרייען גיוואלד, מ'קען דאך נישט פארן יעדן וואך קיין וואשינגטאן און פאר די יו ען געביידע מיט די פאלאסטינע פאטשיילע צו טאנצן אינאיינעם מיט די רוצחים.

אלזא ווי קען מען זיך אויסגעבן די בלוט דורשטיגקייט און מדות משחתות? מ'הענגט אן פלאקאטן פון אלע קאלירן מיט בפקודת ובהתחייבות רבנים איש בל יעדר, כל מי שעמדו רגליו על הר סיני איז מחיוב צוזאמקומען ברחובות קריה אנשים נשים וטף ס'וועט קורסירן באסעס מארבע כנפות הארץ ס'וועט זיין באזונדערע גאסן פאר אנשים באזונדער פאר נשים, באזונדער פארקינג לאטס פאר וויגן, באזונדערע אריינגאנג פאר רבנים באזונדער פאר עלטערע אידן זקנים ופני העיר, וכו', און אזויווי די מארטאן לויפערס שטייען נעבעך אויף מיט פרישקייט און מ'גייט לויפן נאך די פראפאגאנדע פון די טעלעוויזיע און צו פילן זייער ליידיג צייט, אזוי נעבעך לויפן די תמימי לב נאך די פראפאגאנדע צעטלעך און גלויבן גאר אז זיי ראטעווען די שטאט מיט זייער העלדישקייט, ס'קומען נעבעך תמימות'דיגע אידן און אידענעס מיט די תהלימ'לעך אין די האנט, ס'שטעלט זיך ארויף א לץ און דעקט זיך איבער מיט א טלית און הרג'ט זיך פאר געלעכטער פון פאר דעם מנין תמימי לב, און נעמט זיך ארויס א שופר פון ראש השנה און בלאזט מאה קולות די נשים ווישן זיך די טרערן, דער ארום אין ארום קוילערט זיך פאר געלעכטער וואס מ'קען נעבעך טוהן מיט תמימי לב, ס'איז פורים אין דערוואכן, היינו טעמא דשופר היינו טעמא דמגילה מ'נעמט דער הייליגסטער זאך פון כלל ישראל דער שופר און מ'מאכט דערפון א פורים מעוטף בטליתו בלאזט מען און מזאגט פארן גאנצן שטאט מ'פייפט אויף ענק איר זענט אלע קינדער אין די וויגן וואס מ'קען טוהן וואס מ'וויל פון אייך, מי יאמר לו מה תעשה ווייל ווער וויל דען א פראטעסט פאר זיין הויז,

דער סך הכל איז אלה ברכב זיי מיט די וועגעלעך ואלה בסוסים די לויפער הרצים בסוסים, זענען נעבעך ביידע אנשיקענישן וואס מיר דארפן ליידן אין דעם גלות, ואנחנו בשם ה' אלקינו נזכיר, המה כרעו ונפלו ואנחנו קמנו ונתעודד...
באניצער אוואטאר
ישראלי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 38
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 21, 2015 2:34 am
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט