אקטואלע נייעס פון ארץ ישראל און ארום

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

אקטואלע נייעס פון ארץ ישראל און ארום

הודעהדורך פראפעסאר שפירא » מאנטאג יוני 18, 2012 11:57 am

מדינת ישראל האט נאך די אומרוען וואס האט אין די לעצטע יארען פאסירט אין מצרים, אנגעהויבען בויען א וואנט לענגאויס די גרעניץ מיט מצרים,

די מדינת ישראל רעגורונג האפט צי פארענדיגען דעם וואנט ווי שנעלער, כ'מיין אז נאך היי-יאר, די וואנט לויפט אויף א לענג פין 215 קילאמעטער פין די זייט פין אילת ביז די גרעניץ מיט עזה,

בילד

בילד

בילד

בילד
בילד

היינט האט זיך א טעראריסט אריבער געכאפט די עגיפטען-ישראל גרעניץ אין געהארגעט איינע פין די וואנט ארבעטער, אין איז דערנאך געהארגעט געווארען דורעך מדינת ישראל,

נאך א סיבה פאר די וואנט איז צי אפשטעלען די פלוס פין סודאנער פליטים, אבער כ'מיין אז די ריכטיגע סיבה איז די מורא פין די איבערקערענישען אין מצרים
באניצער אוואטאר
פראפעסאר שפירא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 6:27 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 215 מאל

הודעהדורך משה רוקח » מאנטאג יוני 18, 2012 12:30 pm

מדינת ישראל האט גע'הרג'עט צוויי טעראריסטן.
ס'איז געוועהן קודם א שמועה איבער א דריטער וואס איז אנטלאפן אבער נאכדעם האבן זיי געזאגט אז ס'נישטא קיין דריטער.
מיר נעמען נישט קיין אחריות אויף די כשרות פון אונזערע תגובות. מיר זיפן די מעל און באקוקן די אייער.
משה רוקח
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 434
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 7:45 pm
געפינט זיך: רואיגערהייט ביים וואסער
האט שוין געלייקט: 226 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 128 מאל

הודעהדורך פראפעסאר שפירא » מוצ"ש יוני 23, 2012 10:12 pm

באניצער אוואטאר
פראפעסאר שפירא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 6:27 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 215 מאל

ברעיקינג!

הודעהדורך זר זהב » זונטאג יוני 24, 2012 10:51 am

מוהאמעד מארסי פון די מוזלים בראדערהוד איז יעצט דערקלעט אלץ זיגער אין עגיפטן.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4207 מאל

נייעס פון ארץ ישראל

הודעהדורך יידל » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 2:32 pm

געאייגנט פאר נייעס פון ארצינו הקדושה וואס פארדינען נישט קיין באזונדערע אשכול.

וזה החלי.

יעקב ליצמאן דער סגן שר הבריאות האט אפגעזאגט דער לאנגיעריגער אנפירער פון אבו-קאביר, די פארענזיק אינסטיטוט פון מדינת ישראל, דר. יהודה היס. היס איז געווען שטארק אומבאליבט סיי ביי די פרומע, צוליב מערערע אומנויטיגע ניתוחי שכבי פעלער, און סיי ביי די פרייע צוליב צענדליגע מיסברויכן וועלכע האבן פאסירט אונטער זיין פירערשאפט, ווי מיסאינדענטיפיצירן טויטע, אויסמישן איברים און נאך. די פאזיציע איז יעצט אפן און סיי ווער מיט א דעגרי אין די פעלד פון פארענזיקס קען עפלייען.

יהודה משי-זהב, דער וואס פירט אן זק"א, האט געבעטן ליצמאן צו טוישן די רעגולאציעס אזוי אז אויך מענטשן וואס האבן נישט באקומען קיין עדיוקעישאן אין דעם פעלד זאלן אויך קענען עפלייען. משי-זהב טענה'ט אז נאר די וואס ארבעטן מיט די מתים דארפן זיין מומחים, אבער דער אנפירער דארף זיין א גוטער מענעדזשער ותו לא. משי-זהב וויל עפלייען פאר דעם אמט, ער טענה'ט אז ער האט א לאנגע היסטאריע מיט זיך אפגעבן מיט כבוד המת און ער האט אויך עקספיריענס און אנפירן גרויסע אפעראציעס.

נאך זאגט משי-זהב אז אויב וועט ער ווערן אויסגעקליבן וועט ער אריינברענגן אין אבו-כביר נייע MRI טעכנעלאגיע וואס וועט העלפן די פאטאלאגן אויסמיידן אומנויטיגע דיסעקציעס.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4919
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2926 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4423 מאל

הודעהדורך סופר ומונה » מוצ"ש נאוועמבער 24, 2012 11:43 pm

הרב דוב ליפמאן, א באקאנטער מאדערן-ארטאדאקסישער אקטיוויסט אין בית-שמש, האט זיך אנגעשלאסן אין דער כנסת-ליסטע פאר דער 'יש עתיד' פארטיי פון יאיר לפיד אין ליכט פון די באפארשטייענדע וואלן אין מדינת ישראל.
ליפמאן איז באקאנט געווארן ווען ער האט זיך פראמינענט ארויסגעשטעלט קעגן די ראדיקאלע חרדים אין בית-שמש. ער וועט זיין דער צווייטער ארטאדאקס אויף לפידס ליסטע, נאכדעם וואס הרב שי פירון איז א צייט צוריק געשטעלט געווארן ווי דער צווייטער אויף דער ליסטע.
באניצער אוואטאר
סופר ומונה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 280
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 628 מאל

הודעהדורך חד גדיא » מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 11:47 am

אהוד ברק האט געמאלדן אז ער גייט רעזיגנירן.
כו"ח חד גדיא, פה בתוך הטמא'נע כלי
חד גדיא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 635
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 1:57 am
האט שוין געלייקט: 649 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 414 מאל

הודעהדורך עוד מישהו » מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 4:43 pm

נעכטן און היינט זענען פארגעקומען פריימעריז אין די ליכוד, די ערוועלטע וועלן זיין די וואס וועלן רעפרעזענטירן די פארטיי, אין די קומענדיגע כנסת.
די סיבה פארוואס ס'איז צוויי טעג איז צוליב טעכנישע פראבלעמען ביי די שטים ערטער נעכטן אין אסאך פלעצער.

די רעזולטאטן פון די וואלן קומען יעצט אריין.
ס'איז בעסער צו לערנען די הייליגע תורה, מער פון אלע לאלי'ס און קענדי'ס.
קרעדיט: כיתה א' רבי.
עוד מישהו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 1:46 pm
געפינט זיך: אין אנטארטיקע
האט שוין געלייקט: 156 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 239 מאל

הודעהדורך sunbar » מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 5:26 pm

הרב אמנון יצחק האט געמאלדן אז ער גייט עפענן אן אייגענע פארטיי פאר די וואלן מיטן נאמען 'כח להשפעות. די כנסת האט געמאלדן אז זיי האבן טאקע באקומען דער פארלאנג, אבער זיי האבן נישט געזאגט ווער עס וועט זיין די פירער...
sunbar
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 862
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 26, 2012 6:58 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 147 מאל

הודעהדורך פיקציע » מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 7:44 pm

sunbar האט געשריבן:הרב אמנון יצחק האט געמאלדן אז ער גייט עפענן אן אייגענע פארטיי פאר די וואלן מיטן נאמען 'כח להשפעות. די כנסת האט געמאלדן אז זיי האבן טאקע באקומען דער פארלאנג, אבער זיי האבן נישט געזאגט ווער עס וועט זיין די פירער...

כח להשפיע
פיקציע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 464
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 10:12 pm
האט שוין געלייקט: 122 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 165 מאל

הודעהדורך עוד מישהו » מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 8:29 pm

א פאלעסטינער פון עזה האט היינט זיך אריבער געשווערצט די גרעניץ קיין מדינת ישראל, נאכן אריבער שניידן די צוים פון א דארף אין אשכול געגנט, האט ער זיך איינגעבראכן אין א הויז, די פרוי וואס וואינט אין די הויז האט אים קאנפראנטירט, און נאך א געפעכט מיט די טעראריסט וועלכע האט געהאלטן א שווערע אייזן, האט זי באוויזן אים צו איינשפארן אין די בית הכבוד, זי האט גערופן די וועכטער וואלונטירן וואס זענען אין איילעניש געקומען מיט די ארמיי. די טעראריסט האט באוויזן אוועק צו לויפן, מען האט אים געשאסן ויצאה נשמתו בבום.
ס'איז בעסער צו לערנען די הייליגע תורה, מער פון אלע לאלי'ס און קענדי'ס.
קרעדיט: כיתה א' רבי.
עוד מישהו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 1:46 pm
געפינט זיך: אין אנטארטיקע
האט שוין געלייקט: 156 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 239 מאל

הודעהדורך sunbar » מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 9:36 pm

פיקציע האט געשריבן:
sunbar האט געשריבן:הרב אמנון יצחק האט געמאלדן אז ער גייט עפענן אן אייגענע פארטיי פאר די וואלן מיטן נאמען 'כח להשפעות. די כנסת האט געמאלדן אז זיי האבן טאקע באקומען דער פארלאנג, אבער זיי האבן נישט געזאגט ווער עס וועט זיין די פירער...

כח להשפיע


יישר כח פארן פארעכטן. אויטא-ספעלללל :?
sunbar
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 862
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 26, 2012 6:58 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 147 מאל

הודעהדורך אויס מענטש » מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 10:12 pm

נאך איינער האט געשריבן:ויצאה נשמתו בבום.

:like
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
אויס מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 826
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 294 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 633 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 11:25 pm

אויס מענטש האט געשריבן:
נאך איינער האט געשריבן:ויצאה נשמתו בבום.

:like


:lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

כן יאבדו.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15194
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17979 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18286 מאל

הודעהדורך וויליאמסבורגער » דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 10:00 am

ציפי ליבני עפענט א נייע פארטיי: התנועה.
מיט אזוי פיל נייע פארטייען, איך קען אויך עפענען איינס??
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 445
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 418 מאל

הודעהדורך עוד מישהו » דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2012 11:56 am

עמיר פערעץ די אלטע פארזיצער פון די עבודה פארטיי, האט היינט געמאלדן אז ער פארלאזט די פארטיי, און ער שליסט זיך אן אין ציפי לבני'ס נייע פארטיי התנועה.

אין אנדערע נייעס איז היינט געמאלדן געווארן, אז די ש"ס רשימה איז פובליצירט געווארן, און אלי ישי איז דער ערשטער, ארי' דרעי דער צווייטער און אטיאס דער דריטער. אנדערע ספרדישע רבנים וועלכע פלעגן האבן א רעפרעזאנטיוו אין די פארטיי, וועלן דאס מאל נישט האבן, צווישן זיי די אבוחצירא משפחה.

נאך איז היינט געמאלדן געווארן, "נצח" די ליטווישע ירושלימ'ע באוועגונג, אונטער הרב אויערבאך, וועט ארויסשטעלן אלס זייער ערשטע און הויפט קאנדידאט, א לאיער משה אלמאליאח, וואס פלעגט זיין פארזיצער פון די גרויסע ש"ס מוסדות.
ס'איז בעסער צו לערנען די הייליגע תורה, מער פון אלע לאלי'ס און קענדי'ס.
קרעדיט: כיתה א' רבי.
עוד מישהו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 1:46 pm
געפינט זיך: אין אנטארטיקע
האט שוין געלייקט: 156 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 239 מאל

הודעהדורך עוד מישהו » דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 9:37 pm

אין א פאליטישע אויספרעג איז היינט באריכטעט געווארן דורך וואלה!, אז די רעכטע פארטייען אינאיינעם מיט די פרומע, וועלן אריינקומען מיט 63 מאנדאטן אין די כנסת, און ביבי וועט ווארשיינליך זיין אויך די קומענדיגע פרעמיער פון מדינת ישראל.
די צענטער לינקע און אראבישע פארטייען, וועלן אריינקומען מיט אלעס אינאיינעם 57 מאנדאטן.

די ליכוד אינאיינעם מיט ליבערמאן, זענען די שטערקסטע 38 מאנדאטן.
ש"ס בלייבט מיט די זעלבע 11.
הבית היהודי אונטער באנעט גייט אראפ אונטער צען מאנדאטן.
יהדות התורה באקומט 5 לויט די אויספרעג.

ביי די לינקע. עבודה ווערט שוואכער און קומט אריין מיט 17 דעפוטאטן.
התנועה פארטיי פון ציפי לבני 11.
די זעלבע איז מיט יאיר לפיד'ס פארטיי.
קדימה קומט אריין מיט 4.
מרץ ווערט שוואכער און קומט אריין מיט 3.

די אראבישע פארטייען בלייבן די זעלבע.
רע"ם 5
בל"ד 3
חד"ש 3
ס'איז בעסער צו לערנען די הייליגע תורה, מער פון אלע לאלי'ס און קענדי'ס.
קרעדיט: כיתה א' רבי.
עוד מישהו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 1:46 pm
געפינט זיך: אין אנטארטיקע
האט שוין געלייקט: 156 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 239 מאל

הודעהדורך יאיר » דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 10:10 pm

ווער איז יהדות התורה און הבית היהודי?
וואס איז מיט הרב אמנון יצחק'ס פארטיי?
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8134 מאל

הודעהדורך עוד מישהו » מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 8:39 am

יאיר האט געשריבן:ווער איז יהדות התורה און הבית היהודי?
וואס איז מיט הרב אמנון יצחק'ס פארטיי?


יהדות התורה איז די פאראייניגטע פארטייען פון אגודה (חסידים), און דגל התורה (ליטווישע).

הבית היהודי איז צוויי פאראייניגטע פארטייען, פון די מזרחיסטן, די אלטע מפד"ל און איחוד לאומי.

הרה אמנון יצחק'ס פארטיי גייט נישט אנצוען די מינימום צו קענען אריינגיין אין די כנסת, לויט די אויספרעג.
די מינימום שטייט אויף א פראצענט פון 2 און א האלב מאנדאטן, וואס פאקטיש איז דאס דריי, ס'איז א חשבון פון 90,000 שטימען אויב 100% פון די בארעכטיגטע וויילער גייען שטימען, וויבאלד די פראצענט וויילער איז אייביג נידריגער גייט עס אראפ, ביי די פריעדיגע וואלן איז עס געווען בערך 70,000 נישט פונקטליך.
אויף עברית רופט מען עס אחוז החסימה.
ס'איז בעסער צו לערנען די הייליגע תורה, מער פון אלע לאלי'ס און קענדי'ס.
קרעדיט: כיתה א' רבי.
עוד מישהו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 1:46 pm
געפינט זיך: אין אנטארטיקע
האט שוין געלייקט: 156 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 239 מאל

הודעהדורך עוד מישהו » מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 8:20 pm

אין חברון האט א 17 יעריגע פאלעסטינער אטאקירט א פאליציאנט, וואס האט פארלאנגט פון אים ער זאל זיך אידענטיפיצירן. די פאלעסטינער יוגענטליכער האט ארויסגעצויגן א פאלשע גאן, וואס האט אויסגעזען עכט, א גרעניץ וועכטערין האט דערשאסן דעם אראבער צום טויט.

עס איז באריכטעט געווארן אז דער יוגענטליכער'ס ברודער, איז א טעראריסט וואס איז געזעצן אין מדינת ישראל טורמע, וועלכע איז באפרייט געווארן ביי די ארעסטאנטן אויסטויש, מיט גלעד שליט, די טעראריסט איז פארטריבן געווארן קיין עזה.
ס'איז בעסער צו לערנען די הייליגע תורה, מער פון אלע לאלי'ס און קענדי'ס.
קרעדיט: כיתה א' רבי.
עוד מישהו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 1:46 pm
געפינט זיך: אין אנטארטיקע
האט שוין געלייקט: 156 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 239 מאל

הודעהדורך יאיר » מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 8:28 pm

עוד מישהו האט געשריבן:די מינימום שטייט אויף א פראצענט פון 2 און א האלב מאנדאטן, וואס פאקטיש איז דאס דריי, ס'איז א חשבון פון 90,000 שטימען אויב 100% פון די בארעכטיגטע וויילער גייען שטימען, וויבאלד די פראצענט וויילער איז אייביג נידריגער גייט עס אראפ, ביי די פריעדיגע וואלן איז עס געווען בערך 70,000 נישט פונקטליך.
אויף עברית רופט מען עס אחוז החסימה.

דאס מיינט אז נאנט צו אכציג פראצענט גייען שטימען. דאס איז א ריזיגע ציפער אין פארגלייך צו אמעריקע. אפשר איז דאס ווייל דארט איז נישט איינגעפירט דער אומבאלומפערטער עלעקטארעל סיסטעם.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8134 מאל

הודעהדורך עוד מישהו » מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 9:04 pm

יאיר האט געשריבן:
עוד מישהו האט געשריבן:די מינימום שטייט אויף א פראצענט פון 2 און א האלב מאנדאטן, וואס פאקטיש איז דאס דריי, ס'איז א חשבון פון 90,000 שטימען אויב 100% פון די בארעכטיגטע וויילער גייען שטימען, וויבאלד די פראצענט וויילער איז אייביג נידריגער גייט עס אראפ, ביי די פריעדיגע וואלן איז עס געווען בערך 70,000 נישט פונקטליך.
אויף עברית רופט מען עס אחוז החסימה.

דאס מיינט אז נאנט צו אכציג פראצענט גייען שטימען. דאס איז א ריזיגע ציפער אין פארגלייך צו אמעריקע. אפשר איז דאס ווייל דארט איז נישט איינגעפירט דער אומבאלומפערטער עלעקטארעל סיסטעם.


די סיסטעם אין ארץ ישראל איז נישט פשוט, קודם כל די מענטשן וואס זענען בארעכטיגט צו שטימען, איז נישט אזוי הויעך אין פארגלייך צו אמעריקע.
אויסער דעם איז אלע מענטשן וואס וועלן פאר א פארטיי, וואס איז נישט אריבער די אחוז החתימה, גייט זייער שטימע אין מיסט, וואס מאכט גרינגער פאר די אנדערע צו קומען נענטער צום ציל, אנשטאט האבן בערך 70,000 איז געווען גענוג 68,000 לאמיר זאגן.

אויסער דעם, צו קענען אריין אין כנסת, דארף מען האבן צוויי פראצענט פון די באפעלקערונג, צו שטימען פאר די פארטיי. אבער, פון די דריטע מאנדאט צו די פערטע דארף מען נישט האבן 27 טויזענט שטימען ס'וועט אראפ גיין צו 24,000, א.א.וו., נידריגער און נידריגער וואו העכער די פארטיי וועט אנציען או די כנסת.

יעצט צו די פונקטליכע דעטאלן פון די פריעדיגע וואלן. 5,278,985 זענען געווען שטים בארעכטיגטע אין 2009, פון זיי האבן 3,373,490 מענטשן געשטימט, דאס איז %65 פראצענט. נאך 43,097 שטימען זענען געווארן געפסל'ט, 103,904 שטימען איז געגאנגען אין מיסט, ווייל די פארטייען פאר וועמען זיי האבן געשטימט איז נישט אריבער אחוז החסימה. צו קענען אריבער גיין די מינימום צוויי פראצענט, האט א פארטיי געדארפט באקומען 67,470 שטימען, די פונקטליכע צאל שטימען פאר א כנסת דעפוטאט, איז געווען 27,246 שטימען.
ס'איז בעסער צו לערנען די הייליגע תורה, מער פון אלע לאלי'ס און קענדי'ס.
קרעדיט: כיתה א' רבי.
עוד מישהו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 1:46 pm
געפינט זיך: אין אנטארטיקע
האט שוין געלייקט: 156 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 239 מאל

הודעהדורך עוד מישהו » פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 9:06 am

האלנדיג 31 טעג פאר די בחירות, מאכט יעדע נייעס אגענטור אדער פאליטישע אנאליסטן אויספרעגן ביי די באפעלקערטנג.
פארשטייט זיך אזוי וואו אייביג זענען רוב מיט אן אינטערעס פאר איין צד, נעכטן איז ארויסגעקומען אן אויספרעג (פאול, סקר) פון ניסים משעל, איינער פון די מערסט ערפארענע און וועטעראן פאליטישע אנאליסט, וואס נעמט נישט קיין זייט געווענליך אין פאליטיק.
לויט אים איז די אויסגאנג פון די וואלן אזוי:

ליכוד- ישראל ביתינו 37 מאנדאטן.
עבודה 20 מאנדאטן.
די מזרחיסטן אונטער נפתלי באנעט 12 מאנדאטן, ווערנדיג די דריטע גרעסטע פארטיי.
ש"ס 11.
התנועה פון ציפי לבני 9
יאיר לפיד 7
יהדות התורה 6
מר"ץ 4
די אראבישע פארטייען אלע צוזאמען 10 מאנדאטן.
לויט די אויספרעג וועט קדימה אונטער שאול מופז, עם שלם פון הרב אמסאלעם, עוצמה לישראל פון מיכאל בן ארי, און אלע נישט דערמאנטע, וועלן נישט אריינגיין אין קומענדיגן כנסת.
ס'איז בעסער צו לערנען די הייליגע תורה, מער פון אלע לאלי'ס און קענדי'ס.
קרעדיט: כיתה א' רבי.
עוד מישהו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 1:46 pm
געפינט זיך: אין אנטארטיקע
האט שוין געלייקט: 156 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 239 מאל

הודעהדורך עוד מישהו » מוצ"ש דעצעמבער 22, 2012 9:03 pm

נישט פון די שענסטע נייעס, אבער דאס איז ארום געגאנגען אויף די נייעס אין ארץ ישראל.

זייער אסאך מאל ספעציעל ווען איך באזוך אין ארצינו הקדושה, שפיר איך א בושה צו זיין אן ערליכע איד, נאכדערצו ווען מענטשן טוען מעשה זמרי ומבקשין שכר כפנחס.
http://www.mynet.co.il/articles/0,7340, ... 13,00.html

נעמטס נישט אלס א טעות, פרייע טוען דאס זעלבע אויב נישט ערגער, אבער פרומע אידן האבן א גבול, און שטעלן פאר עפעס מיט זיך.
ס'איז בעסער צו לערנען די הייליגע תורה, מער פון אלע לאלי'ס און קענדי'ס.
קרעדיט: כיתה א' רבי.
עוד מישהו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 1:46 pm
געפינט זיך: אין אנטארטיקע
האט שוין געלייקט: 156 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 239 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מוצ"ש דעצעמבער 22, 2012 9:18 pm

נא מה יעשה הבן... אז אלע אנדערע אפציעס נעמט מען זיי אוועק...
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15194
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17979 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18286 מאל

נעקסט

גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט