ליבשאפט קאמפיין צווישן איראן און מדינת ישראל

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

ליבשאפט קאמפיין צווישן איראן און מדינת ישראל

הודעהדורך אנאליזירער » זונטאג מערץ 25, 2012 12:46 am

אז די פירער קענען זיך נישט דורכקומען, אפשר וועלן די פשוט'ע מענטשן עפעס קענען ערלעדיגן... האבן עטליכע ישראלים אנגעפאנגען א קאמפיין צו שיקן מעסעדזשעס צו איראן אז "מיר וועלן קיינמאל נישט באמבאדירן אייער לאנד; מיר האבן אייך ליב"...
בילד

געוויסע איראנער האבן זיך צוגעכאפט דערצו, און האבן צוריקגעשריבן ענליכע מעסעדזשעס.
בילד

ארטיקל אין "ניו יארקער" איבער די ערשיינונג:
http://www.newyorker.com/online/blogs/c ... ebook.html
אנאליזירער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 289
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 9:12 am
האט שוין געלייקט: 206 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 286 מאל

Re: ליבשאפט קאמפיין צווישן איראן און מדינת ישראל

הודעהדורך רואיק » זונטאג מערץ 25, 2012 1:20 am

לאמיר האפן אז ס׳וועט עפעס אויפטוהן. דא איז א בילד פונעם נחשון וואס האט אנגעהויבן די קאמפיין.

בילד
באניצער אוואטאר
רואיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 116
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 3:55 am
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

Re: ליבשאפט קאמפיין צווישן איראן און מדינת ישראל

הודעהדורך יאנקל » זונטאג מערץ 25, 2012 1:23 am

א דאנק אנאליזירער און רואיק.
איך האב טאקע געזען אז פילע ישראלים לייגן ארויף א בילד פון זיך אויף דעם הינטערגרונד און זענען מפרסם דעם פאוסטער אויף זייער פעיסבוק.
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3799 מאל

Re: ליבשאפט קאמפיין צווישן איראן און מדינת ישראל

הודעהדורך צוויבל מיט איי » זונטאג מערץ 25, 2012 1:42 am

קניינעהארע א זיס אידיש מיידעלע
צוויבל מיט איי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 53
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 09, 2012 1:51 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

Re: ליבשאפט קאמפיין צווישן איראן און מדינת ישראל

הודעהדורך זר זהב » זונטאג מערץ 25, 2012 2:36 am

סיז אנגענומען אז די איראנער עולם איז בכלל נישט געגן איזראעל. רוב איראנער וואלטן געוואלט זען די איאאטאלע רעזשים פאלט אונטער.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4212 מאל

Re: ליבשאפט קאמפיין צווישן איראן און מדינת ישראל

הודעהדורך אךשמח » זונטאג מערץ 25, 2012 2:52 am

איך האב אמאל געזען דעם גאנצן ווידעאו פון ריק סטיווס איבער איראן און נאכן עס זען ווי ער לייגט עס אראפ מיט זיין אייגנארטיגע געשמאק האב איך זיך געוואלט אויפהייבן און פארן קיין איראן...

געט א בליק ריק סטיווס איבער איראן.
באניצער אוואטאר
אךשמח
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 362
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 6:34 pm
האט שוין געלייקט: 92 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 189 מאל

Re: ליבשאפט קאמפיין צווישן איראן און מדינת ישראל

הודעהדורך זר זהב » זונטאג מערץ 25, 2012 3:09 am

איך זעה נאר א פריוויאו אין דיין לינק
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4212 מאל

Re: ליבשאפט קאמפיין צווישן איראן און מדינת ישראל

הודעהדורך אךשמח » זונטאג מערץ 25, 2012 3:19 am

איך האב געזען דעם ווידעאו וואס ער פארקויפט אין די געשעפטן.

ער איז נישט דא לשם מצוה, ער מאכט געלט פון פארקויפן זיין ארבעט און אויף זיין וועבסייט לייגט ער נאר ארויף א פריוויא.
באניצער אוואטאר
אךשמח
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 362
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 6:34 pm
האט שוין געלייקט: 92 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 189 מאל

Re: ליבשאפט קאמפיין צווישן איראן און מדינת ישראל

הודעהדורך זר זהב » זונטאג מערץ 25, 2012 3:23 am

אה איך האב געמאכט א גוגעל סוירטש זעה איך אז ער איז א טרעוועל רעפארטער פאר פי בי עס האביך געמיינט אז מ'קענעס זעהן בחינם.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4212 מאל

Re: ליבשאפט קאמפיין צווישן איראן און מדינת ישראל

הודעהדורך אךשמח » זונטאג מערץ 25, 2012 3:31 am

ווען ער איז אויף זייער שאו איז עס בחינם אבער שפעטער פארקויפט ער עס ווייטער.

קען זיין אז מען קען עס יא ערגעץ זען אויפן וועב. זוך ארום. אויב טרעפסטו, ביטע זיי מהנה אונזערע חברים דא.

דער סטיווס איז זייער גוט און געשמאק אויך ביי זיינע באזוכן אין אנדערע לענדער.
באניצער אוואטאר
אךשמח
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 362
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 6:34 pm
האט שוין געלייקט: 92 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 189 מאל

Re: ליבשאפט קאמפיין צווישן איראן און מדינת ישראל

הודעהדורך זר זהב » זונטאג מערץ 25, 2012 3:52 am

דא איז עס אויף יו טוב

http://www.youtube.com/watch?v=D61uriEGsIM
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4212 מאל

Re: ליבשאפט קאמפיין צווישן איראן און מדינת ישראל

הודעהדורך אךשמח » זונטאג מערץ 25, 2012 3:55 am

זר זהב, געוואלדיג!!!

אז מען זוכט, טרעפט מען!!!

א דאנק. ס'ליגט מיר גוטע זכרונות פונעם באזוך...
באניצער אוואטאר
אךשמח
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 362
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 6:34 pm
האט שוין געלייקט: 92 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 189 מאל

Re: ליבשאפט קאמפיין צווישן איראן און מדינת ישראל

הודעהדורך זר זהב » זונטאג מערץ 25, 2012 4:01 am

שקויעך אייך פאר'ן עס בכלל אויפברענגען, איך גלייך זייער די סארט דאקומענטעריס.

מ'קען עס אויך זעהן דא

http://www.godlikeproductions.com/forum ... 751963/pg1
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4212 מאל

Re: ליבשאפט קאמפיין צווישן איראן און מדינת ישראל

הודעהדורך קול גדול » זונטאג מערץ 25, 2012 1:23 pm

פארמערן ליבע אויף די וועלט איז אלעמאל גוט. אבער צו די פאנאטישע איסלאמישע פירער רעדט נישט קיין ליבע, זיי פארשטייען מער צו רעליגיע און משיח וואס זיי רופן מאהאדי, און זיי וועלן גערן חרוב מאכן די גאנצע וועלט אז זייער משיח זאל קומען.
קול גדול
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 267
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 43 מאל

Re: ליבשאפט קאמפיין צווישן איראן און מדינת ישראל

הודעהדורך קארל » זונטאג מערץ 25, 2012 1:42 pm

קול גדול האט געשריבן:פארמערן ליבע אויף די וועלט איז אלעמאל גוט. אבער צו די פאנאטישע איסלאמישע פירער רעדט נישט קיין ליבע, זיי פארשטייען מער צו רעליגיע און משיח וואס זיי רופן מאהאדי, און זיי וועלן גערן חרוב מאכן די גאנצע וועלט אז זייער משיח זאל קומען.

פאנאטיקער זענען דא איבעראל. אין ארץ ישראל זענען אויך פאראן עקסטערעמע גרופעס וועלכע ווייסן נישט פון קיין ליבע; בלויז פון שנאה און מלחמה. די האפנונג איז טאקע אז די אפענע ליבעראלע פון ביידע מדינות וועלן זיך פארשטענדיגן און ברענגען א רעוואלוציע.
.Cogito ergo sum
René Descartes -
באניצער אוואטאר
קארל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 275
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 5:09 pm
האט שוין געלייקט: 148 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 467 מאל

Re: ליבשאפט קאמפיין צווישן איראן און מדינת ישראל

הודעהדורך פינטאו » זונטאג מערץ 25, 2012 2:00 pm

קארל האט געשריבן:
קול גדול האט געשריבן:פארמערן ליבע אויף די וועלט איז אלעמאל גוט. אבער צו די פאנאטישע איסלאמישע פירער רעדט נישט קיין ליבע, זיי פארשטייען מער צו רעליגיע און משיח וואס זיי רופן מאהאדי, און זיי וועלן גערן חרוב מאכן די גאנצע וועלט אז זייער משיח זאל קומען.

פאנאטיקער זענען דא איבעראל. אין ארץ ישראל זענען אויך פאראן עקסטערעמע גרופעס וועלכע ווייסן נישט פון קיין ליבע; בלויז פון שנאה און מלחמה. די האפנונג איז טאקע אז די אפענע ליבעראלע פון ביידע מדינות וועלן זיך פארשטענדיגן און ברענגען א רעוואלוציע.

גאר גוט געזאגט.
פינטאו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 83
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:44 pm
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל

Re: ליבשאפט קאמפיין צווישן איראן און מדינת ישראל

הודעהדורך געפילטע פיש » זונטאג מערץ 25, 2012 2:40 pm

זר זהב האט געשריבן:דא איז עס אויף יו טוב

http://www.youtube.com/watch?v=D61uriEGsIM

א גרויסן שכויח, זייער אינטרעסאנט.
ס'האט מיר געמאכט טראכטן, ווי אזוי וואלט א אידיש לאנד וואס ווערט געפירט ע"פ הלכה היינטיגע צייטען אויסגעזען.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6948
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5528 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7592 מאל

Re: ליבשאפט קאמפיין צווישן איראן און מדינת ישראל

הודעהדורך רואיק » זונטאג מערץ 25, 2012 3:13 pm

געפילטע פיש האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:דא איז עס אויף יו טוב

http://www.youtube.com/watch?v=D61uriEGsIM

א גרויסן שכויח, זייער אינטרעסאנט.
ס'האט מיר געמאכט טראכטן, ווי אזוי וואלט א אידיש לאנד וואס ווערט געפירט ע"פ הלכה היינטיגע צייטען אויסגעזען.

טראכטן איז אן אלטע מיטל פונעם ס״מ רח״ל. הער שוין אויף טראכטן און גיי שפיל ענגרי בורדס איף יו נוא וואטס גוד פאר יו.
באניצער אוואטאר
רואיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 116
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 3:55 am
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

Re: ליבשאפט קאמפיין צווישן איראן און מדינת ישראל

הודעהדורך יאנקל » זונטאג מערץ 25, 2012 3:44 pm

אךשמח האט געשריבן:ווען ער איז אויף זייער שאו איז עס בחינם אבער שפעטער פארקויפט ער עס ווייטער.

קען זיין אז מען קען עס יא ערגעץ זען אויפן וועב. זוך ארום. אויב טרעפסטו, ביטע זיי מהנה אונזערע חברים דא.

דער סטיווס איז זייער גוט און געשמאק אויך ביי זיינע באזוכן אין אנדערע לענדער.

א דאנק אך און זר.
אך, ווער איז דאס דער סטיווס. דערצייל עפעס מער איבער אים.
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3799 מאל

Re: ליבשאפט קאמפיין צווישן איראן און מדינת ישראל

הודעהדורך קול גדול » זונטאג מערץ 25, 2012 3:48 pm

געפילטע פיש האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:דא איז עס אויף יו טוב

http://www.youtube.com/watch?v=D61uriEGsIM

א גרויסן שכויח, זייער אינטרעסאנט.
ס'האט מיר געמאכט טראכטן, ווי אזוי וואלט א אידיש לאנד וואס ווערט געפירט ע"פ הלכה היינטיגע צייטען אויסגעזען.

ווילסט נישט האבן א אידישע מלוכה מיט די געזעצן פון די תורה? דו בעטסט דריי מאל א טאג השיבה שופטינו כבראשונה?
קול גדול
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 267
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 43 מאל

Re: ליבשאפט קאמפיין צווישן איראן און מדינת ישראל

הודעהדורך קול גדול » זונטאג מערץ 25, 2012 4:20 pm

רואיק האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:דא איז עס אויף יו טוב

http://www.youtube.com/watch?v=D61uriEGsIM

א גרויסן שכויח, זייער אינטרעסאנט.
ס'האט מיר געמאכט טראכטן, ווי אזוי וואלט א אידיש לאנד וואס ווערט געפירט ע"פ הלכה היינטיגע צייטען אויסגעזען.

טראכטן איז אן אלטע מיטל פונעם ס״מ רח״ל. הער שוין אויף טראכטן און גיי שפיל ענגרי בורדס איף יו נוא וואטס גוד פאר יו.

ס'שטייט טאקע תמים תהיה עם ה' אלוקיך, מ'דארף האבן אמונה פשוטה אן צו נוצן די שכל וואס קען ברענגען שלעכטע רעזולטאטן אוועק פון אמונה.
קול גדול
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 267
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 43 מאל

Re: ליבשאפט קאמפיין צווישן איראן און מדינת ישראל

הודעהדורך געפילטע פיש » זונטאג מערץ 25, 2012 8:21 pm

קול גדול האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:דא איז עס אויף יו טוב

http://www.youtube.com/watch?v=D61uriEGsIM

א גרויסן שכויח, זייער אינטרעסאנט.
ס'האט מיר געמאכט טראכטן, ווי אזוי וואלט א אידיש לאנד וואס ווערט געפירט ע"פ הלכה היינטיגע צייטען אויסגעזען.

ווילסט נישט האבן א אידישע מלוכה מיט די געזעצן פון די תורה? דו בעטסט דריי מאל א טאג השיבה שופטינו כבראשונה?

קול גדול, כ'האב אמאל געזאגט אז איך וויל נישט? כ'האב נאר געזאגט אז ס'האט מיר געמאכט טראכטן. ווי באקאנט איז בזמן הבית געווען תקופות ווען אנדערע ווערסיעס פון יודן האבן געוועלטיגט דארט, פרושים, צדוקים, מתיונים, חשמונאים, עובדי ע"ז וכו' האב איך מיר פארקלערט ווי אזוי ס'וואלט היינט אויסגעזען מיט אונזער ווערסיע פון יודישקייט, מע'סארי כ'האב נישט געוויסט אז מ'טאר נישט טראכטן.
איך דאווען דריי מאל א טאג אתה חונן, מעג איך נישט טראכטן ווי אזוי ס'וועט אויסזען ווען געוויסע באקומען שוין דעם אויסגעבעטענעם שכל?

רואיג, ענגרי בערדס האבעך שוין געפינישט, האסט עפעס אנדערש?
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6948
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5528 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7592 מאל

Re: ליבשאפט קאמפיין צווישן איראן און מדינת ישראל

הודעהדורך קול גדול » זונטאג מערץ 25, 2012 11:10 pm

כ'האב נישט געזאגט אז דו מעגסט נישט, פון מיין זייט קענסטו טראכטן פון וואס דו ווילסט נאר.
קול גדול
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 267
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 43 מאל

Re: ליבשאפט קאמפיין צווישן איראן און מדינת ישראל

הודעהדורך רואיק » זונטאג מערץ 25, 2012 11:16 pm

געפילטע פיש האט געשריבן:
קול גדול האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:דא איז עס אויף יו טוב

http://www.youtube.com/watch?v=D61uriEGsIM

א גרויסן שכויח, זייער אינטרעסאנט.
ס'האט מיר געמאכט טראכטן, ווי אזוי וואלט א אידיש לאנד וואס ווערט געפירט ע"פ הלכה היינטיגע צייטען אויסגעזען.

ווילסט נישט האבן א אידישע מלוכה מיט די געזעצן פון די תורה? דו בעטסט דריי מאל א טאג השיבה שופטינו כבראשונה?

קול גדול, כ'האב אמאל געזאגט אז איך וויל נישט? כ'האב נאר געזאגט אז ס'האט מיר געמאכט טראכטן. ווי באקאנט איז בזמן הבית געווען תקופות ווען אנדערע ווערסיעס פון יודן האבן געוועלטיגט דארט, פרושים, צדוקים, מתיונים, חשמונאים, עובדי ע"ז וכו' האב איך מיר פארקלערט ווי אזוי ס'וואלט היינט אויסגעזען מיט אונזער ווערסיע פון יודישקייט, מע'סארי כ'האב נישט געוויסט אז מ'טאר נישט טראכטן.
איך דאווען דריי מאל א טאג אתה חונן, מעג איך נישט טראכטן ווי אזוי ס'וועט אויסזען ווען געוויסע באקומען שוין דעם אויסגעבעטענעם שכל?

רואיג, ענגרי בערדס האבעך שוין געפינישט, האסט עפעס אנדערש?

בשורה טובה... ס׳איז יעצט ארויס געקומען ענגרי בורדס ״ספעיס״ אויף iOS.

ביי די וועי, דאכטצעך דער קול גדול איז סארקאסטיש.
באניצער אוואטאר
רואיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 116
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 3:55 am
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

Re: ליבשאפט קאמפיין צווישן איראן און מדינת ישראל

הודעהדורך געפילטע פיש » זונטאג מערץ 25, 2012 11:39 pm

רואיק האט געשריבן:בשורה טובה... ס׳איז יעצט ארויס געקומען ענגרי בורדס ״ספעיס״ אויף iOS.

האלט דיך נישט אזוי גרויס מיט דיין עפל, ס'ארויס געקומען אויף ענדרויד אויך.
רואיק האט געשריבן:ביי די וועי, דאכטצעך דער קול גדול איז סארקאסטיש.

דאס האב איך באמערקט נאכן לייענען זיינע אנדערע פאוסטס, קומט מען ווידער צוריק צום פאו'ס געזעץ viewtopic.php?p=1922#p1922
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6948
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5528 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7592 מאל

גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט