נישט אלעס איז א וויץ (לונדון נוירס טראגעדיע)

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
יאנטעף
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 89
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 11, 2012 11:09 am
האט שוין געלייקט: 41 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 79 מאל

נישט אלעס איז א וויץ (לונדון נוירס טראגעדיע)

שליחה דורך יאנטעף »

די גאנצע וועלט איז אויף מיט א ביטערע מעשה וואס האט זיך אפגעשפילט איבער א האלבע וועלט. ווי באקאנט, איז די צוקונפטיגע מלכה פון ענגלאנד, קעיט מידדעלטאן, געווארן טראגעדיג לעצטענס. צוליב א שטארקע מארנינג סיקנעס איז זי אריינגעפירט געווארן אין קעניג עדווארד דער זיבעטער שפיטאל. האבן צוויי DJs פון אויסטראליע מחליט געוועהן אז מ'גייט מאכן ליצנות פון די מצב, און זיי האבן נאכגעמאכט די שטימעס פון די קעניגן און קרוין פרינץ טשארלס (באבע און שווער פון קעיט), און געבעטן די נוירס וואס האט אויפגעהויבן די טעלעפאן אין שפיטאל איבערצוגעבן פינקטליכע אינפארמאציע איבער קעיט און ווי אזוי זי פילט.
די נוירס דזשאצינטא סאלדאנהא, אן אפשטאמיגע פון אינדיע, האט אויפגעהויבן די טעלעפאן. זי איז נעבעך פארנארט געווארן אז זי האט טאקע גערעדט צו די מלוכה אליינס, און האט איבערגעגעבן די טעלעפאן קאל צו די נוירס וואס האט פערזענדליך באדינט קעיט.
יענע נוירס האט טאקע ארויסגעגעבן די אינפארמאציע איבער קעיט'ס צושטאנד.
אקעי, א פיינע וויץ, הא?
די די. דזשעי'ס פון אויסטראליע האבן פיין געלאכט פון זייער וויץ וואס איז געלונגען, און האבן אויפגעשפילט אויף זייער ראדיא א רעקארדינג פון זייער פיינעם שפיצל, און דער עולם האט געלאכט.
דער נעקסטער טאג איז געקומען די שאקירנדע נייעס אז דזשאצינטא סאלדאנהא, די נוירס וואס האט דורכגעלאזט די קאל ווייל זי איז פארנארט געווארן, האט זיך גענומען דאס לעבן דורך הענגען! זי האט איבערגעלאזט פאר'יתום'ט איר מאן און קינדער, און א לאנד און א וועלט וואס איז דערציטערט ווי טיף א שפיצל קען וויי טוהן פאר א מענטש.

פארשטייט זיך אז די די.דזשעי'ס זענען שאקירט געווארן. זיי האבן געמאלדן אז זייער שאו איז גע'קענסלט, און זיי גייען צאמשטעלן א פאנד פון 300,000 פונט לטובת די משפחה פון די נפטרת.

דער צובראכענער מאן און די צוויי קינדער
בילד

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר