ישראלישע מיליטער קויפט איין שבת'דיגע קיבארדס

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2755 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4717 מאל

ישראלישע מיליטער קויפט איין שבת'דיגע קיבארדס

שליחה דורך יידל »

די איטעליגענץ אפטיילונג (שפיאנאזש בלע"ז) פון די איזראעלי מיליטער האט אפגעקויפט א הויפן שבת'דיגע קיבארדס. די קיבארדס ארבייטן אנדערש ווי רוב קיבארדס. און רוב קיבארדס, ווען מ'דרוקט א קנעפל עפנט מען און מ'מאכט צו א סירקוט וואס איז לויט רוב פוסקים חילול שבת (דאוריתא לויטן חזון איש, דרבנן לויט הגרשז"א אויערבאך). די שבת'דיגע קיבארדס ארבייטן אבער מיטן א צווייטען סיסטעם, אזוי אז עס איז נאר א גרמא און נישט קיין דירעקטע מלאכה. לכאורה די סיבה פארן איינקויפן די קיבארדס (וועלכע זענען פראדוצירט געווארן דורך די מכון טכנלוגי לבעיות ההלכה) איז ווייל אין די אינטעלעגענץ דיפארטמענט ארבייטן אסאך חרדישע אידן וועלכע לאזן זיך נישט גרינג בייאיינפלוסן אז טייפן אויף א קיבארד איז פיקוח נפש וואס איז דוחה שבת. די מיליטער האט אפגעזאגט צו קאמענטירן אויף די נייעס. (מקור: ישראל היום)
לא רעב ללחם. לא צמא למים.

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר