בלאט 1 פון 1

פארדאן פאר יונתן פאלארד!

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 12:59 pm
דורך בן ישראל
אין ליכט פון דעם וואס די סי איי עי האט לעצטענס אויפגעדעקט אז דער איזרעילי שפיאן "יונתן פאלארד" האט אינגאצן נישט געארבעט אקעגן די אינטערעסן פון אמעריקע, נאר ער האט געזוכט צו באשיצן מדינת ישראל פון אירע פיינט איראן, סיריע, וכדומה, איז פארשטערקערט געווארן די דרוק אויף פרעזידענט אבאמא אז ער זאל שענקן א פארדאן פאר פאלארד וואס שמאכטעט שוין בערך 28 יאר אין טורמע, און איז אין א שלעכטע געזונט צושטאנד, פילע פאלאטישאנס פון ניו יארק האבן אנגעהויבן לייגן דרוק אויפן פרעזידענט אין שפיץ פון אסעמבלימאן דוב הייקינד וועלכער איז שוין באקאנט מיט זיינע פילע לייסטונגען לטובת יענקל עסטרייכער וואס איז אצינד אויף בעיל אין באליביע.