משה ארי' פריעדמאן והמסתעף

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
באניצער אוואטאר
DotCom
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 631
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 10:51 pm
געפינט זיך: בין פיתום לרעמסס
האט שוין געלייקט: 324 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 592 מאל

משה ארי' פריעדמאן והמסתעף

שליחה דורך DotCom »

די נאמען משה ארי' פריעדמאן איז נישט קיין נייער אין די אידישע וועלט, זיין ביאגראפיע בקיצור איז אזוי: ער איז געבוירן און אויפגעצויגן אין קרית יואל ביי די בארימטע פריעדמאן (גבאי) משפחה, ער האט חתונה געהאט קיין אנטווערפען, נאך עטליכע יאר האט ער זיך געצויגן קיין וויען-עסטרייך ווי ער האט זיך דערקלערט אלס הויפט-ראבינער פון עסטרייך, זייענדיג אין וויען האט ער זיך אנגעשלאסן מיט די עקסטרעמע נטורי קרתא פראקציע, ער איז בעיקר באקאנט געווארן אין די וועלט ווען ער איז געפארן קיין איראן ווי ער האט זיך מחבק ומנשק געווען מיט אכמאדינעדזשאד ימ"ש, דאס בילד איז דעמאלט געווארן אן אינטערנאציאלע סענזאציע, מער איבער משה ארי-ה'ס פערזענליכקייט שפעטער אי"ה, קודם איבער די דעוועלאפינג נייעס וואס איז יעצט נוגע.
achma.jpg
achma.jpg (39.86 KiB) געזען געווארן 3574 מאל


משה ארי' וואוינט היינט-צו-טאג'ס אין אנטווערפן און פירט יעצט א מערכה וואס קען שטארק אפעקטירן דעם היימישן ציבור דארט.

מיט בערך א האלב יאר צוריק האט משה ארי' געמופט קיין אנטווערפען מיט זיין משפחה, אנקומענדיג דארט האט ער פראבירט איינצושרייבן זיינע קינדער אין עטליכע מוסדות, ווען קיינער האט זיי נישט געוואלט אננעמען האט ער אנגעפאנגען אריינצוגעבן מסירות אקעגן די מוסדות, קודם אקעגן די מער-מעסיגע יסודי התורה מוסד, ווי די לויער'ס האבן סוקסעספול באוואויגן דעם שופט אפצוווארפן דעם קלאגע, און דערנאך אקעגן די בעלזער מוסדות, און וויבאלד רוב מוסדות זענען דארט פובליק סקול'ס, ד.ה. אז זיי ווערן אויסגעהאלטן דורך די רעגירונג, מוזן די מוסדות אפיציעל זיך האלטן צו די געזעצן, דיסקרימענאציע איז שטרענג פארבאטן און מ'מוז יעדן אריינעמען, אידן ולהבדיל גוים, אינגלעך און מיידלעך, אז נישט שטעלט מען גלייך אפ די סובסידיעס אהן קיין חכמות. (כמדומה לי אז סאטמאר זענען די איינציגסטע וואס זענען נישט סובסידירט).

דער גאנצער הלוך ילך מתחלת המסירה ביז היינט איז א אריכות וואס איז נישט נוגע יעצט, אבער וואו מען האלט היינט למעשה האט די בעלגישע געריכט געאורטיילט אז בעלזא מוז אויפ'ן נייעם יאר איינשרייבן זיינע "אינגלעך" אין די "בנות ירושלים" מיידל סקול... די סקול איז יעצט אויף וואקאציע און עפנ'ט זיך צוריק אויף אין א וואך ארום, 'בעלזא' זאגט אז זיי האבן אנגענומען די אינגלעך און זיי גייען נישט אפעלירן דעם געריכט אורטייל, ווידער משה ארי' האפט אז דערווייל וועלן די מוסדות מאכן א פשרה און אננעמען די אינגלעך אין חדר און די גרעסערע מיידלעך אין סקול (די גרעסערע מיידלעך האט בעלזא יא אפעלירט און די משפט וועט זיך נישט אנפאנגען פאר קומענדיגע יאר), בלייבט נאר איבער צו זעהן וואס דא וועט זיך אפשפילן, דער מצב קען זיך גאר שלעכט אויסשפילן פאר אלע חרדישע מוסדות אין שטאט.

infrontofbelz.jpg
infrontofbelz.jpg (29.23 KiB) געזען געווארן 3574 מאל

לויט ווי מען ליינט איז יעצט די מצב היפש אנגעצויגן אין אנטווערפן, די בעלזא אינגע היצ-קעפ לויפן ארום און טעראריזירן די פרידמאן משפחה, זיין ווייב אין קינדער, מען ווארפט זיי ארויס פון אלע בתי מדרשים, מען שרייט זיי נאך אין די גאסן, מען הענגט פאשקעווילן, און מען פירט א אינטערנעט מערכה, אויך משה ארי' רוהט נישט איין, ער פירט א פ.ר. קאמפיין, ער איז א מומחה אין שפילן נרדף, ווען ער קען לויפט ער צו די מידיע (נ"ר סטייל) און מאכט זיכער צו אנדרייען א מצב כאילו ער ווייסט נישט וואס מען וויל פון אים, ער באשמוצט מענטשן פון וועם ער האפט ארויסצוקוועטשן געלט כדי ער זאל זיך האלטן שטיל.



לעצטענס האט ער פראבירט אנצושטעלן א בילד כאילו בעלז אנטווערפן וויל נישט אננעמען זיינע קינדער דארט ווייל התאחדות אין וויליאמסורג לייגט פרעשור אויף זיי... די מעשה אין וויליאמסבורג איז זייער א ווייטאגליכע און גייט צוריק מיט אפאר יאר ווען ער האט געמסרט א חשוב'ן תמימותדיג איד על לא עוול בכפו, לויט ווי איך האב געהערט איז די מעשה בקיצור אזוי: א שטיק צייט צוריק האט א איד ר' מ.מ. גלאנץ (ברודער פון ארי' לייב) געוואלט קויפן א דירה, צוליב סיבות האט ער נישט געוואלט קויפן די דירה אויף זיין אייגענע נאמען, און זייענדיג א קרוב מיט משה ארי' וואס האט דעמאלט געוואוינט אין אייראפע האט ער אים געבעטן א טובה צו ער וויל עס אפשר לייגן אויף זיין נאמען, משה ארי' האט גערן מסכים געווען, אבער צוריקקומענדיג פון אייראפע האט משה ארי' געטענה'ט חי וקיים אז דער דירה איז זיינס און אז גלאנץ זאל עס אים אהינגעבן, גלאנץ האט אים פארשטייצעך קאטעגאריש אפגעזאגט, און לויט עצת חבריו האט ער שנעל איבערגעשריבן דעם דירה אויף א צווייטענס נאמען, משה ארי' האט דאן אריינגעגעבן א מסירה אז דער דיעד טרענספער איז געפעלשט, און דערביי האט ער צוגעגעבן אפאר זייטיגע לשון הרע'לעך איבער גלאנץ'ענס פיינענשעל'ס, די מסירות האבן אויך אריינגענומען זיין ברודער ארי' לייב און אויך די UTA , דאס האט עווענטועל געברענגט צום טרויעריג בארימטן ארעסט און אנקלאגע אויף די גלאנץ ברודער'ס, וואס זייער סענטענס ווערט ערווארטעט קומענדיגן חודש.

אפילו אויב די גלאנץ ברידער נעמען אן דעם פלי בארגעין בלייבן זיי אין א גרויסן סכנה, ווייל די אפיציעלע אנקלאגע נעמט נישט אריין אלע מסירות, השם ירחם.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום DotCom, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
לול'ן לול'ט ווער ס'לול'ט דער לעצטער (-י.ל.)

דער אשכול פארמאגט 147 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
פארשפארט