די בחירות אין ארץ ישראל

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 537 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל

די בחירות אין ארץ ישראל

שליחה דורך איחוד פעלד »

אונז ווייסען דאך שוין פין לאנג אז דער רבי זי"ע האט געאסר'ט זיך משתתף זיין אין די בחירות, און רז"ל איז גרייט צו באצאלען מען זאל נישט וואטען, וכו'..

למעשה איז די פאליטיק אין ארץ ישראל אין די בחירות העכסט אינטרעסאנט, לאו דוקא די פרייער בחירות, נאר דוקא די פרומע, די פארטייען למיניהם וואס וואקסען ווי שוואמען נאך א רעגען.

דער עיקר האט מיר געכאפט דער אויג, וואס הרב אמנון יצחק האט דא געטוהן, ער האט געמאכט א אייגינער פארטיי, און ווי עס זעהט אויס גייט ער האבען פינעף בענקלעך (איך האף כ'האב גוט פארשטאנען), און די ש"ס ניקס פראבירען אים צו פארמאכען דורך כח "התורה" אז רב שטיינמאן און רב עובדי' יוסף זאלען ביידע ארויסגעבען א הוראה אז ער זאל צומאכען זיין פארטיי.

אויך האט הרב אמסלם, א ספרדי, וואס איז געווארען פאפולער בעיקר ביי די מעשה פין די סלאנימער ישיבה אין עמנואל (אזוי מיין איך), געפענט א פארטיי, און ש"ס געפינט זיך צווישען א וואנט אין ראוד אהן א ריקען ווי צו שטיין כמעט. און כמובן אז ר' עובדיה קען נישט צוזעהן אז ער זאל פארלירען זיין כח, האט ער שוין ביי זיין מוצ"ש שיעור אויף ראדיא, ווי ער לאזט געוועהנליך פאלען זיינע פערל ווערטער אויף די מנהגים פין די אשכנזים, בארעדט אמנון יצחק, גערופען מיט צונעמען וכו'.

אבער די אלע זאכען האבען נישט געהאלפען, ווייל דער פיסקעל פין אמנון יצחק איז מער ווי די כח "התורה" פין די אנדערע, און עס זעהט אויס אז ער קומט אריין מיט א קנאק, און די חברה פלאצען.

עס איז ממש א אינטרעסאנטע ערשיינונג די קאנטראס און חילוק פין די חרדים און חו"ל און די חרדים און אר"י, ווען דא ביי די בחירות האט מען כמעט נישט קיין שייכות מיט די בחירות, חוץ ממש אפאר טעג פריער ווי איינער לייגט נאך א אידישע קאנדידאט זאל לויפען פאר עפעס א לאקאלע נארישער פאסטען, און אלע מוסדות לייגען בריוו וכו', און רוב מענטשען לייגען די צעטעלך און מיסט קאסטען, מען נעמט די קינדער וואטען, ווייל זיי זענען מער עקסייטעד ווי די עלטערען. ווידער אין א"י, ווי יעדער איינער איז אויף געברויזט און מלא שיטות און מכאובים אויף אלע בחירות מיט די קאנדידאטען און מען רופט דעם שייגעץ, און דער תורה קומט אריין אינדערמיט, און יעדער פראבירט אויף צו ווייזען פארוואס עפ"י תורה "טאר" מען נישט וואטען פאר יענעם וכו'.

דא יעצט האט ר' אמסלם ארויס געגעבן א כרוז ווי ער שרייבט אז דער רמב"ם, יא דער רמב"ם, פין אלע גדולים, איז אויף זיין זייט. פארוואס? ווייל ער גייט מיט די שיטה אז די כולל אינגעלייט אין אר"י בטל'ן די צייט און מען ברויך גיין ארבעטען, און היות דער רמב"ם זאגט אז מען טאר נישט נעמען קיין שכירות פאר לערנען מיט אנדערע, קומט דאך אויס אז דער רמב"ם וואלט געשטימט פאר אים.

ווער ווייסט, אפשר וועט איינער נאך מאכען א פארטיי, א פארטיי חפץ חיים, ווי מען רעדט נישט קיין לשון הרע.........
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).

דער אשכול פארמאגט 55 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר