רעגירונג ווארענט איבער נאך א פאל פון הערפיס אדאנק מציצה בפה

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

רעגירונג ווארענט איבער נאך א פאל פון הערפיס אדאנק מציצה בפה

הודעהדורך שיטה מקובצת » מאנטאג יאנואר 07, 2013 8:29 pm

ווי עס איז שוין אסאך געשריבן געווארן, זענען פארהאן זייער אסאך באווייזן אז די חרדישע אנטשלאסנקייט צו זויגן דעם אבר הברית דווקא מיט דעם מויל איז א דירעקטע גורם אז קינדער זאלן קראנק ווערן ל"ע אדער חלילה שטארבן. היינט האט די רעגירונג ארויסגעגעבן א "אלערט" אז עס איז ליידער דא נאך א פאל פון א קינד וואס איז געווארן אנגעשטעקט מיט הערפיס א דאנק מציצה בפה.
טייערע אידן געדענקט ונשמרתם מאוד לנפשותיכם!
וחי בהם ולא ימית בהם!
דו גלייבסט אין דיינע עלטערן, וועגן דעם גלייבסטו אין באשעפער.
איך גלייב אין באשעפער, וועגן דעם גלייב איך מיינע עלטערן.

--שיטה מקובצת
שיטה מקובצת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 544
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:03 am
האט שוין געלייקט: 492 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1288 מאל

הודעהדורך יתרו » מאנטאג יאנואר 07, 2013 11:43 pm

עס איז דא מער הוכחות אז עוואלוציע איז ריכטיג [עכ"פ דורך אינטעלעדשענט דיזייען], ווי אז א קינד איז געשעדיגט געווארן דורך מציצה בפה.
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 746
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 11:32 pm
האט שוין געלייקט: 442 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 653 מאל

הודעהדורך איחוד פעלד » דינסטאג יאנואר 08, 2013 12:22 am

יתרו האט געשריבן:עס איז דא מער הוכחות אז עוואלוציע איז ריכטיג [עכ"פ דורך אינטעלעדשענט דיזייען], ווי אז א קינד איז געשעדיגט געווארן דורך מציצה בפה.



און יעצט פיר אויס, און ממילא?

די לאזט אונז מיט אן אפענע מויל ווי א מוהל נאך מציצה בפה יום כיפור.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1629 מאל

הודעהדורך יידל » דינסטאג יאנואר 08, 2013 12:34 am

כ'האב א שפיר אז די שטאט שפינט דאס כדי צו געווינען אין געריכט.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4329 מאל

הודעהדורך בדחן » דינסטאג יאנואר 08, 2013 12:46 am

יידל האט געשריבן:כ'האב א שפיר אז די שטאט שפינט דאס כדי צו געווינען אין געריכט.


דעם אידישען דעת הקהל, ווייל מיט די געריכט האבן זיי נישט אזא שווערע מערכה.


איך ווייס אז יידל האט עס געשריבען בדרך הלצה,
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 9:41 pm
האט שוין געלייקט: 199 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 678 מאל

הודעהדורך יידל » דינסטאג יאנואר 08, 2013 12:58 am

קען אויך זיין.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4329 מאל

הודעהדורך ברסלבער » דינסטאג יאנואר 08, 2013 11:40 am

שיטה מקובצת האט געשריבן: טייערע אידן געדענקט ונשמרתם מאוד לנפשותיכם!
וחי בהם ולא ימית בהם!

איך וויל וויסן, אויב כדי צוריק צו האלטן הערפיס מוז מען סטאפן אינגאנצן מציצה בפה, אדער די מוהלים מוזן זיך טעסטן רעגולער אויב זיי האבן הערפיס.
ווייסט איינער?
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2038
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:07 pm
האט שוין געלייקט: 4342 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4014 מאל

הודעהדורך קפנדריא » דינסטאג יאנואר 08, 2013 11:48 am

באבקעס און בעלאני פונקט ווי ביז איצט!

די איצטיגע פאל איז פונקט אזוי קראנט און באזירט אויף גענוי די זעלבע 'מעכטיגע' און 'קראנטע' באווייזן - אז די ביז איצטיגע פעלער פון הערפיס האבן געהאט דאס מינדעסטע שייכות מיט מציצה בפה, דאס איז נאך א טרעפל אין די מערכה פון דעם כופר און אויסוואורף וואס פירט די מערכה א קעגן רעליגיעזע ענינים [און האט אנגעהויבן מיט די 'בלוט' בלבול אויף די מצוה פון מציצה], און ליידער כאפן זיך מיט א טייל פון די 'אספסוף' בקצה המחנה'דיגע אידישע משכילים, דערמאנט אונז פון די יוונים און מתייוונים עפאכע.
Q X Y z 9 B הוכח שאינך רובוט
קפנדריא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 2:17 pm
האט שוין געלייקט: 426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל

הודעהדורך כ׳בין פריי » דינסטאג יאנואר 08, 2013 12:32 pm

וואס טוטסעך טאקע מיט די קאורט??
כ׳בין פריי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 38
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 117 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

הודעהדורך יידל » דינסטאג יאנואר 08, 2013 2:16 pm

קפנדריא האט געשריבן:באבקעס און בעלאני פונקט ווי ביז איצט!

די איצטיגע פאל איז פונקט אזוי קראנט און באזירט אויף גענוי די זעלבע 'מעכטיגע' און 'קראנטע' באווייזן - אז די ביז איצטיגע פעלער פון הערפיס האבן געהאט דאס מינדעסטע שייכות מיט מציצה בפה, דאס איז נאך א טרעפל אין די מערכה פון דעם כופר און אויסוואורף וואס פירט די מערכה א קעגן רעליגיעזע ענינים [און האט אנגעהויבן מיט די 'בלוט' בלבול אויף די מצוה פון מציצה], און ליידער כאפן זיך מיט א טייל פון די 'אספסוף' בקצה המחנה'דיגע אידישע משכילים, דערמאנט אונז פון די יוונים און מתייוונים עפאכע.

:בלאבל: דאמירן בעלמא נוסח אומאפהענגיקע ארגאן פון ארטאדאקסישע אידנטום.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4329 מאל

הודעהדורך קפנדריא » דינסטאג יאנואר 08, 2013 3:48 pm

הייסט עס אז ווען מ'זאגט אנדערש ווי די אספסוף וואס ווילן זען מסורה באגראבן דאן איז עס דאמירן בעלמא?

:roll:
Q X Y z 9 B הוכח שאינך רובוט
קפנדריא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 2:17 pm
האט שוין געלייקט: 426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל

הודעהדורך יידל » דינסטאג יאנואר 08, 2013 3:49 pm

ניין, נאר ווען מ'זאגט זאכן ארויס פון ארבעל אן קיין שום בעקאפ נאר בלויז ווייל מ'וויל אזוי, דאן איז עס דאמירן בעלמא.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4329 מאל

הודעהדורך קפנדריא » דינסטאג יאנואר 08, 2013 3:56 pm

אנטשולדיגט, כ'האב געמיינט דו רעדסט צו מיר, איך זע אז דו האסט זיך באצויגן צום פותח האשכול, סארי.
Q X Y z 9 B הוכח שאינך רובוט
קפנדריא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 2:17 pm
האט שוין געלייקט: 426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל

הודעהדורך יידל » דינסטאג יאנואר 08, 2013 4:22 pm

גוט, מ'וועט דארפן מקיים זיין דעם ענה איוול כאיוולתו. ביטע ענטפער אויף די פאלגענדע פראגעס.

קפנדריא האט געשריבן:באבקעס און בעלאני פונקט ווי ביז איצט!

די איצטיגע פאל איז פונקט אזוי קראנט און באזירט אויף גענוי די זעלבע 'מעכטיגע' און 'קראנטע' באווייזן - אז די ביז איצטיגע פעלער פון הערפיס האבן געהאט דאס מינדעסטע שייכות מיט מציצה בפה,

וואס זענען געווען די באווייזן פאר די פריערדיגע פעלער?
וואס זענען די באווייזן פאר די איצטיגע פאל?
וואס איז דיין מעדעצינישע עקספערטיז אז דו פארשטייסט אפצושאצן די באווייזן (פון פריערדיגע פעלער און פון די יעצטיגע) אלץ "באבקעס און בעלאני"?


קפנדריא האט געשריבן:דאס איז נאך א טרעפל אין די מערכה פון דעם כופר און אויסוואורף וואס פירט די מערכה א קעגן רעליגיעזע ענינים

אפשר בין איך זיך טועה אבער כ'פארשטיי אז דו באציסט זיך דא צו דר. טענדלער. פון דיינע ווערטער איז משמע אז די נייע פאל איז אויך ידי דר. טענדלער באמצע. פון וואו נעמסטו דאס?

ליידער כאפן זיך מיט א טייל פון די 'אספסוף' בקצה המחנה'דיגע אידישע משכילים

וואס טוט מגדיר זיין הג"ר הערשל שעכטער און הג"ר שמואל קאמינעצקי אלץ "אספסוף בקצה המחנה" און אלץ משכיל?
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4329 מאל

הודעהדורך Starbucks » דינסטאג יאנואר 08, 2013 4:42 pm

יידל האט געשריבן:וואס טוט מגדיר זיין הג"ר הערשל שעכטער און הג"ר שמואל קאמינעצקי אלץ "אספסוף בקצה המחנה" און אלץ משכיל?


דאכט זיך מיר אז זיי גייען ביידע מיט באקל פאסיקס.
באניצער אוואטאר
Starbucks
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 258
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:59 pm
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 226 מאל

הודעהדורך יתרו » דינסטאג יאנואר 08, 2013 10:53 pm

איחוד פעלד האט געשריבן:
יתרו האט געשריבן:עס איז דא מער הוכחות אז עוואלוציע איז ריכטיג [עכ"פ דורך אינטעלעדשענט דיזייען], ווי אז א קינד איז געשעדיגט געווארן דורך מציצה בפה.



און יעצט פיר אויס, און ממילא?

די לאזט אונז מיט אן אפענע מויל ווי א מוהל נאך מציצה בפה יום כיפור.

העל איך אויספירן,
מיין טענה צו שיטה מקובצת איז: אז אין א צווייטע אפטיילונג עפנט שיטה מקובצת אויף אן אשכול מיטן נאמען "פארוואס עוואלוציע פאלש", און פלוצלינג דא פארשטייט ער נישט די יושבי חושך פארוואס זיי טרעטן נישט אפ פון זייער מנהג פון מציצה בפה דוקא ולא בכלי,
ווי וואלט מיין רבי געזאגט : איפה ואיפה קא חזינן הכא,
און יעצט איחוד, קענסטו שוין בעזרת השם צומאכן די מויל.
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 746
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 11:32 pm
האט שוין געלייקט: 442 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 653 מאל

הודעהדורך איחוד פעלד » מיטוואך יאנואר 09, 2013 1:08 am

יתרו האט געשריבן:העל איך אויספירן,
מיין טענה צו שיטה מקובצת איז: אז אין א צווייטע אפטיילונג עפנט שיטה מקובצת אויף אן אשכול מיטן נאמען "פארוואס עוואלוציע פאלש", און פלוצלינג דא פארשטייט ער נישט די יושבי חושך פארוואס זיי טרעטן נישט אפ פון זייער מנהג פון מציצה בפה דוקא ולא בכלי,
ווי וואלט מיין רבי געזאגט : איפה ואיפה קא חזינן הכא,
און יעצט איחוד, קענסטו שוין בעזרת השם צומאכן די מויל.



נו שוין. מויל צוגעמאכט, אבער פינגערס טייפען נאך......

און מהיכי תיתי אז די הוכחות ביי עוואלאציע זענען מער ווי מציצה בפה?

וועלכע חלק פין די הערפיס איז נישט קיין "הוכחה", ווען א קינד באקומט הערפיס ביים אותו מקום נאכ'ן ברית איז דאס נישט פין מוהל? איז דען דא א בר דעת וואס קען לייקענען אין דעם?

די גאנצע תירוץ וואס מען זאגט אונז איז, אז היות עס איז א מיעוטא דמיעוטא, דארף מען נישט חושש זיין, און מען ברויך ווייטער מאכען מציצה בפה. וואס דאס דארף אויך נאך א בירור, ווייל לכאורה די גאנצע סיבה פארוואס מען דארף א חזקה וכדומה איז פעסטשטעלן א ספק, למשל אויב מען וואלט געזעהן אז קינדער שטארבען, און מען וואלט נישט געוויסט זיכער צו זאגען אז עס געשעהט פין מציצה בפה, עס וואלט נאר געוועהן עפעס א זכר לדבר, דאן וואלט א חזקה אויסגעפאסקענט און געזאגט אז מען דארף חושש זיין אויף דעם, דא אין אונזער פאל, איז עס א דבר ברור, און מען וואלט לכאורה געדארפט חושש זיין אפילו נאך איין קינד, און נישט מאכען מציצה בפה, נאר אויב מען ווייסט "זיכער" אז דער מוצץ האט נישט קיין שום הערפיס.

לגבי עוואלאציע איז בכלל מוטל בספק ווי אזוי דער וועלט איז באשאפען געווארען, קיינער קען נישט זאגען ער ווייסט זיכער ווי אזוי עס איז געשעהן, חוץ איינער וואס איז דארט געוועהן, ווי צ.ב.ש. דער באשעפער אליין, און אונז געלייבען מיר אז ער האט אונז געזאגט ווי אזוי דאס איז געשעהן, און אפילו די סייענטיסטען וואס גלייבען נישט, ווייסען אויך נישט זיכער, נאר זיי געבען אונז א סיסטעם ווי אזוי מען זאל קענען פארשטיין אז די בריאת העולם זאל האבען געקענט געשעהן אליין.

אלזא מה ענין שמיטה אצל הר סיני.

איינער א איד וואס וויל גלייבען אז די תורה שרייבט פרשת בראשית און די ששת ימי המעשה זענען דברים ככתבן, נישט קיין רמזים וכו', איז ביי מיר בכלל נישט אנגעפרעגט. משא"כ איינער וואס וויל דוקא גלייבען אז מציצה בפה איז נישט קיין סכנה, ווייל ער האט א מנהג און טאמער וועט ער מודה זיין לפנים אז עס איז א סכנה וועט ער נישט קענען מקיים זיין דער מנהג, איז סתם אן אנגעפרעגטער עקשן.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1629 מאל

הודעהדורך יאיר » מיטוואך יאנואר 09, 2013 1:18 am

איחוד פעלד, איך בין דיר דן לכף זכות אז דו האסט נישט געליינט צופיל איבער עוואלוציע אויסער דער אשכול פון שיטה, אויב יא, דאן ביסטו ביי מיר נישט סתם אן אנגעפרעגטער, נאר א ריכטיגער אפגעפרעגטער. :lol:
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7993 מאל

הודעהדורך איחוד פעלד » מיטוואך יאנואר 09, 2013 1:38 am

יאיר האט געשריבן:איחוד פעלד, איך בין דיר דן לכף זכות אז דו האסט נישט געליינט צופיל איבער עוואלוציע אויסער דער אשכול פון שיטה, אויב יא, דאן ביסטו ביי מיר נישט סתם אן אנגעפרעגטער, נאר א ריכטיגער אפגעפרעגטער. :lol:


ביטע עלאבעריטירען.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1629 מאל

הודעהדורך יאיר » מיטוואך יאנואר 09, 2013 1:44 am

לגבי עוואלאציע איז בכלל מוטל בספק ווי אזוי דער וועלט איז באשאפען געווארען, קיינער קען נישט זאגען ער ווייסט זיכער ווי אזוי עס איז געשעהן, חוץ איינער וואס איז דארט געוועהן, ווי צ.ב.ש. דער באשעפער אליין, און אונז געלייבען מיר אז ער האט אונז געזאגט ווי אזוי דאס איז געשעהן, און אפילו די סייענטיסטען וואס גלייבען נישט, ווייסען אויך נישט זיכער, נאר זיי געבען אונז א סיסטעם ווי אזוי מען זאל קענען פארשטיין אז די בריאת העולם זאל האבען געקענט געשעהן אליין.

עוואלוציע און גיל העולם זענען בכלל נישט קיין סיסטעם וואס איז מעגליך אז די בריאה האט אזוי פאסירט, עס זענען דא אויף דעם אפענע באווייזן וואס איז אוממעגליך צו אפלייקענען פאר א לאגישער מענטש. אדרבה, זוך אביסל אויף די וועב און דא אויף קאווע שטיבל וואו מען האט עס שוין עטליכע מאל דיסקוטירט.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7993 מאל

הודעהדורך Starbucks » מיטוואך יאנואר 09, 2013 1:56 am

ווען ס׳דא א חשש אז דער מוהל קען כאפן א דעזיז, למשל ביי א קינד פון בעלי תשובה אדער ביי א גדול, מאכט מען נישט מציצה בפה, אבער ווען דאס קינד קען כאפן א דעזיז זענען די מוהלים גרייט ביז מסירת נפש ועד בכלל.

מסירת נפש אויף יענעם׳ס חשבון איז נישט אוועקצומאכן.
באניצער אוואטאר
Starbucks
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 258
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:59 pm
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 226 מאל

הודעהדורך איחוד פעלד » מיטוואך יאנואר 09, 2013 12:22 pm

יאיר האט געשריבן:
לגבי עוואלאציע איז בכלל מוטל בספק ווי אזוי דער וועלט איז באשאפען געווארען, קיינער קען נישט זאגען ער ווייסט זיכער ווי אזוי עס איז געשעהן, חוץ איינער וואס איז דארט געוועהן, ווי צ.ב.ש. דער באשעפער אליין, און אונז געלייבען מיר אז ער האט אונז געזאגט ווי אזוי דאס איז געשעהן, און אפילו די סייענטיסטען וואס גלייבען נישט, ווייסען אויך נישט זיכער, נאר זיי געבען אונז א סיסטעם ווי אזוי מען זאל קענען פארשטיין אז די בריאת העולם זאל האבען געקענט געשעהן אליין.

עוואלוציע און גיל העולם זענען בכלל נישט קיין סיסטעם וואס איז מעגליך אז די בריאה האט אזוי פאסירט, עס זענען דא אויף דעם אפענע באווייזן וואס איז אוממעגליך צו אפלייקענען פאר א לאגישער מענטש. אדרבה, זוך אביסל אויף די וועב און דא אויף קאווע שטיבל וואו מען האט עס שוין עטליכע מאל דיסקוטירט.


עפעס קארגסט די ווערטער.

די זאגסט אז עוואלאציע איז סתם אזוי אנגעפרעגט, אדער אז עס שטימט נישט מיט אידישקייט.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1629 מאל

הודעהדורך שיטה מקובצת » דאנערשטאג פעברואר 07, 2013 10:52 pm

א פרישער וויסנשאפטליכער ארטיקעל באשטעטיגט נאך זיבן קעיסעס פון הערפיס אין ארץ ישראל אין לויף פון די לעצטע אכט יאר אדאנק "ריטשועל סוירקומסיזשען".
דו גלייבסט אין דיינע עלטערן, וועגן דעם גלייבסטו אין באשעפער.
איך גלייב אין באשעפער, וועגן דעם גלייב איך מיינע עלטערן.

--שיטה מקובצת
שיטה מקובצת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 544
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:03 am
האט שוין געלייקט: 492 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1288 מאל

הודעהדורך יאיר » פרייטאג פעברואר 08, 2013 2:22 am

ריטשועל סירקומסיזשען מיינט "ברית מילה". אפשר מיינסטו ריטשועל ארעל סאקשאן?
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7993 מאל

הודעהדורך איחוד פעלד » פרייטאג פעברואר 08, 2013 11:16 am

שיטה מקובצת האט געשריבן:א פרישער וויסנשאפטליכער ארטיקעל באשטעטיגט נאך זיבן קעיסעס פון הערפיס אין ארץ ישראל אין לויף פון די לעצטע אכט יאר אדאנק "ריטשועל סוירקומסיזשען".


דאס איז א חידוש, ווייל עס זענען דא מער מציצה בפה אידען אין ארץ ישראל ווי דא אין אמעריקא, איז פארוואס אזוי ווייניג??
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1629 מאל

נעקסט

גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט