רעגירונג ווארענט איבער נאך א פאל פון הערפיס אדאנק מציצה בפה

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

הודעהדורך שיטה מקובצת » מיטוואך יולי 23, 2014 8:16 am

שיטה מקובצת האט געשריבן:ווי עס איז שוין אסאך געשריבן געווארן, זענען פארהאן זייער אסאך באווייזן אז די חרדישע אנטשלאסנקייט צו זויגן דעם אבר הברית דווקא מיט דעם מויל איז א דירעקטע גורם אז קינדער זאלן קראנק ווערן ל"ע אדער חלילה שטארבן. היינט האט די רעגירונג ארויסגעגעבן א "אלערט" אז עס איז ליידער דא נאך א פאל פון א קינד וואס איז געווארן אנגעשטעקט מיט הערפיס א דאנק מציצה בפה.
טייערע אידן געדענקט ונשמרתם מאוד לנפשותיכם!
וחי בהם ולא ימית בהם!

צוויי פרישע פעלער ה"י
בייגעלייגטע פיילס
IMG_51691194887159.jpeg
IMG_51691194887159.jpeg (162.81 KiB) געזען געווארן 1397 מאל
IMG_51695266091188.jpeg
IMG_51695266091188.jpeg (76.53 KiB) געזען געווארן 1397 מאל
דו גלייבסט אין דיינע עלטערן, וועגן דעם גלייבסטו אין באשעפער.
איך גלייב אין באשעפער, וועגן דעם גלייב איך מיינע עלטערן.

--שיטה מקובצת
שיטה מקובצת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 544
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:03 am
האט שוין געלייקט: 492 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1288 מאל

הודעהדורך שיטה מקובצת » דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 2:28 pm

דו גלייבסט אין דיינע עלטערן, וועגן דעם גלייבסטו אין באשעפער.
איך גלייב אין באשעפער, וועגן דעם גלייב איך מיינע עלטערן.

--שיטה מקובצת
שיטה מקובצת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 544
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:03 am
האט שוין געלייקט: 492 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1288 מאל

הודעהדורך ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 12:21 pm

הערפיס (ל"ע) קומט נישט פון מציצה בפה. עס קומט פון מוהלים חזירים וואס פאר דאס ביסעל געלט און כבוד וואס זיי באקומען זענען גרייט אריין צו לייגען קינדער אין סכנה ווען זיי מאכען ברית'ן ווען זיי זענען פארקילט אדער קראנק.
אויב דו ווילסט אז מען זאהל אלעמאהל זאגען אז דו ביזט א ליגנער...
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...

דער אמת שטעכט!
באניצער אוואטאר
ציבעלע-קיגל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1120
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
האט שוין געלייקט: 574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל

הודעהדורך כעלעם'ר מגיד » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 12:26 pm

ציבעלע-קיגל האט געשריבן:הערפיס (ל"ע) קומט נישט פון מציצה בפה. עס קומט פון מוהלים חזירים וואס פאר דאס ביסעל געלט און כבוד וואס זיי באקומען זענען גרייט אריין צו לייגען קינדער אין סכנה ווען זיי מאכען ברית'ן ווען זיי זענען פארקילט אדער קראנק.

זיי מסביר, וואס האט 'הערפיס' מיט זיין פארקילט?
כעלעם'ר מגיד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:36 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1218 מאל

הודעהדורך נתן מנחם » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 6:49 pm

מען רעדט דא כאילו הערפיס איז אזוי ווי קענסער און די פאר מענטשען וואס האבען עס זאלען ביטע אויפהערן טוהן מציצה בפה. די אמת איז אבער אז רוב אשכזישע אידען האבען הערפיס אבער עס איז נישט שעדליך און פון מאהל צו מאהל איז עס שטערקער און עס קומט ארויס. ממילא איז דא א איד וואס קען זיין א מוהל יארן לאנג און און זיך אפילו טעסטען און עס קומט אויס אז ער איז ריין פון הערפיס און אפאר יאר שפעטער קומט עס מער ארויס די הערפיס. ממילא די עצות אז יעדע מיט הערפיס זאל אויפהערן טוען מציצה איז ווערטלאז. און ווען איינער וואס האט די הערפיס ווערט פארקילט וכו' איז די צייט ווען עס איז מער שעדליך ווי ווען מען איז בבריאות השלימות
נתן מנחם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 129
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 2:58 pm
האט שוין געלייקט: 64 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 138 מאל

הודעהדורך כעלעם'ר מגיד » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 6:58 pm

נתן מנחם האט געשריבן:רוב אשכזישע אידען האבען הערפיס

ס'האט דווקא מיט די אשכנזים?
און ווען איינער וואס האט די הערפיס ווערט פארקילט וכו' איז די צייט ווען עס איז מער שעדליך ווי ווען מען איז בבריאות השלימות

מקור?
כעלעם'ר מגיד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:36 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1218 מאל

הודעהדורך נתן מנחם » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 7:04 pm

געהערט פון איינער פון די רבנים אויף די וועד (די גאלאנטער רב איז אויף יענער וועד) איך געדענק נישט די נאמען זייערע איך מיין עפעס אזוי ווי "והקימותי את בריתי" צו ענדליכס
נתן מנחם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 129
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 2:58 pm
האט שוין געלייקט: 64 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 138 מאל

הודעהדורך נתן מנחם » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 7:06 pm

כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:
נתן מנחם האט געשריבן:רוב אשכזישע אידען האבען הערפיס

ס'האט דווקא מיט די אשכנזים?

אלע מחלות ביי אידען זאגט מען אז עס איז פון די אשכנזים. זעהט אויס די ספרדים זענען געזינטע חברה ;)
נתן מנחם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 129
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 2:58 pm
האט שוין געלייקט: 64 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 138 מאל

הודעהדורך איך אויך » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 7:06 pm

דער גאלאנטער געבט חתן שיעורים?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5631
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7696 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2544 מאל

הודעהדורך מאטי » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 9:08 pm

נתן מנחם האט געשריבן:געהערט פון איינער פון די רבנים אויף די וועד (די גאלאנטער רב איז אויף יענער וועד) איך געדענק נישט די נאמען זייערע איך מיין עפעס אזוי ווי "והקימותי את בריתי" צו ענדליכס

שטייט טאקע אויף זיין וויקי-זייטל אז ער האט א מעסטערס אין ביאלאגיע און א פה"ד אין דאקטאריי.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2991
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3756 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4313 מאל

הודעהדורך שעפטל » פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 2:54 pm

הרב חיים דוד צוויבל, דער עקזעקיוטיוו וויצע פרעזידענט פון "אגודת ישראל" רעאגירט אויף דעם סטעיטמענט פון דער סיטי אף ניו יארק איבער מציצה בפה

נאך דער לעצטער פאל פון א קינד וואס איז ליידער געווארן אנגעשטעקט מיט הערפּיס ל"ע האט די סיטי העלט דעפארטמענט די וואך ארויס געגעבען אן 'אלערט' ווארענונג וואס טענה'ט אז דאס איז א תוצאה פון מציצה בפה.

"אין דעם 'אלערט' (נומער 40) שרייבט די העלט דעפארטמענט אז 'עס איז שוין געווען א טאָטאַל פון 17 לאבאראטארי-באשטעטיגטע פעלער פון הערפּיס אינפעקציע וואס איז פאררעכנט  צו מציצה בפה, וואס מ'האט באריכטעט צו דער העלט דעפארטמענט זייט 2000' מיר האבען שוין גערעט פון דעם מערערע מאל, אין מיר האלטן אז דער ווארט 'פאררעכנט' איז צו א שטארקע ווארט פאר א סיטואציע וואו עס איז נישט דא קיין שום באווייז אז  די העלט דעפארטמענט האט בכלל געמאכט סיי וואס פאר א טעסט, אדער חוקר געווען צו אפשר איז דער הערפיס געקומען דורך אן אנדערע וועג, צו דאס איז אפשר געקומען דורך די וואס נעמען קעיר פון דעם קינד" האט הרב צוויבל געזאגט.

"צו זאגען אויף א זיכערקייט אן קיין שום דערמאנונג אפילו ווער דער מוהל איז געווען, און אהן דעם דערמאנונג צו מ'האט געמאכט א טעסט אויף דעם מוהל, איז נישט ריכטיג. מיר ווייסען אז אין פריריגע פעלער האט די סיטי נישט געמאכט קיין שום טעסט'ס אויפען מוהל אדער אויף אנדערע וואס נעמען קעיר פונעם קינד. און צו האבען דער הנחה אז אויב עס איז דא אן אינפעקשען תיכף  נאך א ברית מיט מציצה בפה מוז דאס בהכרח זיין אז עס איז געקומען פונעם מוהל איז מיר א פלא אין נישט צו פארשטיין" האט הרב צוויבל צוגעגעבען.

לויט דריי באוואוסטע מעדיצינישע און סטאטיסטיק סייענס עקספערטען, דאקטער דניאל בערמאן פון אלבערט איינשטיין מעדיקעל שפיטאל, דאקטאר בּרענדא בּרויער אן עקספערט אויף אנשטעקיגע מחלות און מר. אווי פעדערגרוען אן עקספערט אויף סטאטיסטיק,  וואס האבען אונטערגעזוכט אלע באווייזונגען אנטקעגען מציצה בפה, האבען זיי דאך באשטעטיקט אז "עס איז קיינמאל נישט געווארן איבערגעצייגט אז מציצה בפה האט א שייכות אדער איז גאר דער אורזאך פון הערפּיס ביי ניי געבוירענע קינדער". 
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3443
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 3450 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3365 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יאנואר 07, 2015 1:59 pm

איחוד פעלד האט געשריבן:וועלכע חלק פין די הערפיס איז נישט קיין "הוכחה", ווען א קינד באקומט הערפיס ביים אותו מקום נאכ'ן ברית איז דאס נישט פין מוהל? איז דען דא א בר דעת וואס קען לייקענען אין דעם?

דו ביסט דען א דאקטאר? יא, מ'קען לייקענען ווייל אונז ווייסען מיר גארנישט וויאזוי אינפעקציע"ס פארען ארום דער גוף. אלס קינד פלעגט מיין טאטע וויצעלען מיט מיר "פון וואנעט ווייסט דער פיל ווי אין גוף צו גייען? ווען מ'האט א קאפ וויי גייט ער צום קאפ, און א פוס וויי גייט ער צום פוס. ווער זאגט איהם אוואו צו גייען?"
לגבי דער מציצה אליינס, ס'איז נישט קיין נ"מ וואס מ'וועט מוצץ זיין פונ'ם ארגאן פון די אומאפהענגיקע, למעשה דער חתם סופר האט קלאר נישט געהאלטען פון דער גאנצע ענין, ווי אויך אז דאס אליינס אז מציצה איז א חלק פונ'ם ברית איז דער גרויסע חידוש פונ'ם בנין ציון, און טאמער מ'טרעפט נישט אין חת"ס אז ער האט יא געהאלטען ווי איהם, איז דער פשטות נישט ווי איהם. לגבי דער ענין עפ"י קבלה - דער חת"ס נאכאנאנד שרייבט 'אין לנו עסק בנסתרות', ער האט קיינמאל נישט צוגעלאזט אז קבלה זאל אריין רעדען אין הלכה, כגון לגבי גאלען דער בארד און נוסח התפלה וכהנה. דער מ"ב ברענגט אין דעם צוויי דעות און איז נישט מכריע. אלע ווייסען אז ר' חיים בריסקער האט געהאלטען מ'דארף עס נישט טוהן בפה, און הגרח"ע גרודזינסקי האט אזוי געזאגט צו ר' מרדכי זימערמאן. אנצורופען א מענטש א 'כופר און אויסווארף' ווייל ער שטימט נישט צו דיין מפוקפקדיג'ער מסורה איז נעריש. קיינער ווערט נישט איבערגעצייגט פון אזעלכע מימרות.

איך וויל אויך פרעגען - מ'וואוינט שוין אלס היימישע אידען אין אמעריקא א קיי"ל פון בערך זיבעציג יאר. ט'ווייסט איינער פון א מוהל וואס מ'האט מעביר געווען פון זייער מוהלות? ס'איז דען קיינמאל נישט געשעהן קיין פראבלעם? איך ווייס פון צוויי א.ג. גרויסע מוהלים היינטיגע צייטען וואס זענען בערך סגי נהור ל"ע. זיי האבען דען אויפגעהערט מאכען ברית'ן? א פייג! איינער פון זיי איז פון די וואס שרייען קעגען מציצה בפה און דער אנדערע שרייט בעד, והצד השווה בשניהם איז אז דרכם להזיק. מ'האלט אין איין באהאלטען אזעלכע פראבלעמען, א מוהל ווערט געוויילט לויט משפחה פארבינדונגען און 'שיינע אידען', נישט לפי דער מומחיות זיינע, קיין שום מוהל האט נישט קיין סבה צו טאקע ווערען א מומחה. אין לעיקוואוד איז א ביסל בעסער אין דער הינזיכט, רוב מענטשען נעמען א מוהל מיט טויזענט קינדער עקספעריענ"ס. אבער היינט וויל ער אריינשטופען זיין זון אין דער ביזנעס, שיקט ער זיין זון אן צו פרעגען. מיר אלס באניצער'ס פון דער סערוויס פון מוהלים דארפען שרייען אין מאל פאר אלע מאל "באהאלט'ס נישט אייער פעלער'ס, ווערט טעסטע"ד פאר הערפע"ס יעדער פאר מאנאטען, און דאקטוירים זייט מפרסם די נעמען פון מוהלים וואס טויגען נישט".
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8675
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3029 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8152 מאל

הודעהדורך שיטה מקובצת » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 4:26 pm

ליידער איז דא נאך א פאל פון הערפיס א דאנק מציצה בפה.

טייערע אידן געדענקט ונשמרתם מאוד לנפשותיכם!
וחי בהם ולא ימות בהם!

uf78s9s.jpg


UF7DS5F.jpg
דו גלייבסט אין דיינע עלטערן, וועגן דעם גלייבסטו אין באשעפער.
איך גלייב אין באשעפער, וועגן דעם גלייב איך מיינע עלטערן.

--שיטה מקובצת
שיטה מקובצת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 544
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:03 am
האט שוין געלייקט: 492 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1288 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: איך אויך, רביה''ק זי''ע און 3 געסט