לאחר 8 שנות מאבק: התגבש הסכם פשרה בין חצרות באבוב

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

הודעהדורך תמימותדיגע » מיטוואך אוגוסט 02, 2017 3:57 pm

דברי מחאה. דאכט זיך אז עס איז אן איבערטייטש פון די תוכן פון די בריוו פון די חדבני"ם
בייגעלייגטע פיילס
2017-08-02-PHOTO-00000235.jpg
תמימותדיגע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 11:23 am
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל

הודעהדורך תמימותדיגע » מיטוואך אוגוסט 02, 2017 4:21 pm

דער וואס געדענק מיר דא ווען די מחלוקת איז געווען הייס ווייסט אז איך בין ווארעם פאר 45. איך פאל אריין פון צייט צו צייט.

בנוגע דעם חיבור חכמת שלמה, לפי עניית דעתי, אויב איינער נעמן אהן אז די פריערדיגע רב ז"ל האט טאקע געוואלט אז נאר די באבוער רב שליט"א זאל זיין ממונה אויף זיינע כתבים, איז דאס דריקן א געוואלדיגע עוולה. עס איז לכאורה אויך גניבה.

איך פארשטיי אז הרב יחזקאל שלאף האלט אז דאס אליינס ער נישט מסכים און ממילא האט ער א רעכט (און לויט ווי ער האט געשריבן- איז ער עס גאהר שולדיג פארן רב און פאר ר' יהושע וואלף ז"ל), ממילא איז ער געגאנגן און עס געדרוקט.

פאר דער וואס קען ר' חזקאל, וועט פארשטיין אז עס איז נישט רעקאמענדירט זיך מיט אים צו שלאגן, און עס וועט נישט ברענגן קיין כבוד פאר קיים שום צד. ולכן האב איך געהאט א צד, אז לויט ווי איך קען די קלאסישקייט פון באבוב (די ארגינעלע- אדער ווי טייל זענען זיי מכנה 48) וועט זיי נישט פאסן זיך מיט אים צו קריגן. אבער כנראה אז זיי האלטן אז זיי מוזן דאס פייטן עד הסוף. איך וואינטש זיי גאר הצלחה אויף דעם מיסיע.

איך וויל אבער באטאנען אז כאטש וואס די חסידים פון באבוב 45 זענען זייער צופרידן אז ער האט דאס געטוהן, און זיי זענען גאהר דיע וואס וועלן בענעפיטן פון דעם, האט עס גאהר נישט מיט די חסידות און מיט בית צדיקים כי הוא זה (לויט מיינע ידיעות).

נאך אינפארמאציע איז וויכטיג צו באטאנען, אז דאס איז נישט די ערשטע מאהל וואס דיע (אזויגערופענע) צוואה איז פארלעצט געווארן. נכדו הרב שמעון גאלדבערגער בן חתנו הרב יהונתן בנימין שליט"א האט ארויס געגעבן צווי בענדער נועם שלמה. (דרך אגב ער איז נישט געחתמ'ט צוזאמען מיט זיין שואגערס- קען זיין צוליב חולשה, אדער קען זיין אז בני משפחתו האבן נישט געלאזט. דער ספר איז געווען מעוטר מיט א בריוו פון די רב ז"ל (כ"ק מרן אדמו"ר מהרנ"ץ זצ"ל) וואס ער איז אים מחזק אז ער זאל ארויס געבן. לפי די צוואה אז נאר די היינטיגע באבובער רב מעג דריקן זעה איך נישט וויאזוי די רב ז"ל האט עס געמעגט געבן.

שמעתי (איך האב נישט מברר געווען) אז אברהם אהרן האט אים געאפערט צו געבן זיבן מיאות אז ער זאל פארקויפן די גענצע סטאק און מער נישט ארויס געבן קיין ספרים. ר' שמעון איז נאר געווען גרייט פאר צוויי מיליאן.

על כל פנים קיין עיקול און מחאה איז נישט ארויסגעקומען ביי יענע ספר.

ביטע נעמען אין אכט אז איך שרייב דאס נאר פאר אינפארמאציע ציל און נישט צו בארעכטיגן קיין צד. דאס איז צוליב ווייל איך בין א נוגע בדבר, און על פי טבע איז דא אביסל א נקמה געפיל, ממילא פארלירט מען די גלייכגעוויכט צו קענען באמת זעהן צו ר' יחזקאל האט געטוהן אן עוולה אדער נישט.
תמימותדיגע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 11:23 am
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל

הודעהדורך מנוחה ושלוה » מיטוואך אוגוסט 02, 2017 4:26 pm

מאי שנא, פארוואס ביי די חיבור פון גאלדבערגער איז געווען שטיל.
מנוחה ושלוה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 40
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 9:37 am
האט שוין געלייקט: 36 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

הודעהדורך תמימותדיגע » מיטוואך אוגוסט 02, 2017 4:33 pm

יעצט וויל איך זאגן מיין פערזענליכע הרגשים לגבי דעם זאך. איך רעד נישט יעצט על פי תורה נאר פראקטיש.

די באבובער חסידים פון ביידע באבובער טיילונגען האבן א שטאקע ציה און בענקעניש צו די פריערדיגע רב ז"ל. ומהאי טעמא ווען די באבובער רב שליט"א האט ארויס געגעבן די ערשטע באנד דברי שלמה פון פרשת בראשית ביז חיי שרה, האב איך גלייך געקויפט פאר מיר און פאר מיינע בחורים. איך האב זיך געפרייט כמוצא שלל רב אויף דעם. אבער איך זעה אז די אינגערע דור פון באבוב 45 האט א פראבלעם מיט דעם, היות זיי ווייסן אז די רב האט געשניטן און אריין געלייגט זיין אייגענע לשונות, און פילן נישט באקוועם צו לערנען אין דעם. און די אוצר הפרים פון בארא פארק האט מען עס נישט אריין גענומען לעת עתה. כפי ידיעתי איז עס יא דא בבית די באבוב 45גער רבי. אויך אין טייל בתי מדרשים אין די וועלט האט מען עס יא אריינגענומען. דאס איז אלץ, על אף אז ער האט עס ארויס געגעבן, אבער היות מען האט נישט קיין ברירה מוז מען עס לערנען. אבער עס איז א שטארקע בדיעבד און עס שטערט פאר טייל פון חסידים עס צו ניצן.

(איך האב משווה געווען תורות וואס זענען געדריקט אין דברי שלמה צו תורות וואס איך געדענק, אדער צו תורות וואס זענען געדריקט אין נועם שלמה. עס איז קלאהר אז דברי שלמה האט פארלוירן די ארגינעלקייט וויאזוי עס איז געזאגט געוארן.)

בנוסף לזה, ביז עס וועט ארויס קומען די אנדערע חלקים פון דברי תורה ודרשות, זעהט אויס אז איך גיי נאך האבן אור אייניקלעך.

ממילא איך פערזענליך האב זיך געפרייט אז די כתבים פון ר' יהושע וואלף ז"ל קומען ארויס כמו שהוא (כאטש עס קומט אפילו נישט צו, צו די שיינקייט פון דברי שלמה). אזוי איז כאטש דא עפעס וואס צו לערנען און צו ברענגן די נאסטאלגיע פון די פריערדיגע רב ז"ל.

דאס זענען נאר מיינע הרגשים. און דאס טוהט ח"ו נישט בארעכטיגן קיין שום עוולה אדער מעשה גניבה אויב עס איז דא געווען.
תמימותדיגע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 11:23 am
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל

הודעהדורך תמימותדיגע » מיטוואך אוגוסט 02, 2017 4:36 pm

מנוחה ושלוה האט געשריבן:מאי שנא, פארוואס ביי די חיבור פון גאלדבערגער איז געווען שטיל.


איך ווייס נישט. אבער כנראה אז היות עס איז געווען געדריקט מיט אן הסכמה פון די רב ז"ל, האבן זיי נישט געוואלט אריין שלעפן אין א גאנצע וויכוח צו די רב ז"ל האט יא אדער נישט געהאט א רעכט צו געבן דעם בריוו. (הערה: איך בין נישט איבערצייגט אז די רב ז"ל האט טאקע געגעבן די הסכמה, אדער אפשר איז עס נאר יצא 'מבית' רבינו. אדער אפשר האט ער עס געגעבן אחרי הסתלקותו וד"ל)
תמימותדיגע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 11:23 am
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מיטוואך אוגוסט 02, 2017 5:42 pm

ווען איז דער נועם שלמה ארויסגעקומען און ווי פארקויפט מען דאס?
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1755
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 938 מאל

הודעהדורך 65th » מיטוואך אוגוסט 02, 2017 6:38 pm

מעניין שאחד מהחתנים הרב יונתן בנימין גולדברגר שליטא לא חתום
מעניין שהבית דין המקורי לא הוציא עיקול
מעניין שהבתי דין החדשים שהוציאו את העיקול לא כותבים אפילו ברמז שצד 48 זכה בבית דין להדפיס בלעדי
מעניין שהחתנים לא כותבים אפילו ברמז שיש להם פסק בית דין שיש להם בלעדיות להדפיס
מעניין שזבל״א ישב קרוב ל10 שנים ובעלות של מיליונים והפסק לא שוה כלום בגלל חשד שוחד שטוענים צד 45?
65th
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 70
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2016 4:51 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל

הודעהדורך מנוחה ושלוה » מיטוואך אוגוסט 02, 2017 7:06 pm

65th האט געשריבן:מעניין שאחד מהחתנים הרב יונתן בנימין גולדברגר שליטא לא חתום
בנו של הרב גולדברגר ג"כ חיבר ספר מד"ת של רבי שלמה זצ"ל

מעניין שהבית דין המקורי לא הוציא עיקול
בי"ד המקורי פסק רק בבארא פארק ולא מעבר לים

מעניין שהבתי דין החדשים שהוציאו את העיקול לא כותבים אפילו ברמז שצד 48 זכה בבית דין להדפיס בלעדי
בי"ד המקורי פסק רק בבארא פארק ולא מעבר לים

מעניין שהחתנים לא כותבים אפילו ברמז שיש להם פסק בית דין שיש להם בלעדיות להדפיס
בי"ד המקורי פסק רק בבארא פארק ולא מעבר לים

מעניין שזבל״א ישב קרוב ל10 שנים ובעלות של מיליונים והפסק לא שוה כלום בגלל חשד שוחד שטוענים צד 45?
מנוחה ושלוה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 40
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 9:37 am
האט שוין געלייקט: 36 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

הודעהדורך שלום שטיסל » מיטוואך אוגוסט 02, 2017 7:54 pm

תמימותדיגע האט געשריבן:די באבובער חסידים פון ביידע באבובער טיילונגען האבן א שטאקע ציה און בענקעניש צו די פריערדיגע רב ז"ל. ומהאי טעמא ווען די באבובער רב שליט"א האט ארויס געגעבן די ערשטע באנד דברי שלמה פון פרשת בראשית ביז חיי שרה, האב איך גלייך געקויפט פאר מיר און פאר מיינע בחורים. איך האב זיך געפרייט כמוצא שלל רב אויף דעם. אבער איך זעה אז די אינגערע דור פון באבוב 45 האט א פראבלעם מיט דעם, היות זיי ווייסן אז די רב האט געשניטן און אריין געלייגט זיין אייגענע לשונות, און פילן נישט באקוועם צו לערנען אין דעם. און די אוצר הפרים פון בארא פארק האט מען עס נישט אריין גענומען לעת עתה. כפי ידיעתי איז עס יא דא בבית די באבוב 45גער רבי. אויך אין טייל בתי מדרשים אין די וועלט האט מען עס יא אריינגענומען. דאס איז אלץ, על אף אז ער האט עס ארויס געגעבן, אבער היות מען האט נישט קיין ברירה מוז מען עס לערנען. אבער עס איז א שטארקע בדיעבד און עס שטערט פאר טייל פון חסידים עס צו ניצן.
(איך האב משווה געווען תורות וואס זענען געדריקט אין דברי שלמה צו תורות וואס איך געדענק, אדער צו תורות וואס זענען געדריקט אין נועם שלמה. עס איז קלאהר אז דברי שלמה האט פארלוירן די ארגינעלקייט וויאזוי עס איז געזאגט געוארן.)

ווען מ'געבט ארויס א ספר איבערגעשריבן פון טעיפס אדער העתקות דארף מען אייביג משנה זיין, מ'קען נישט שרייבן ארגינעל ווי ס'געזאגט געווארן ווייל אויב יא וועט מען נישט פארשטיין קיין ווארט, און ס'וואלט געווען גאר א לאנגע אריכות וואס נעמט אוועק די טעם פון אזא ספר. ס'איז אלץ דא פלאץ פאר פלעין נאכגעשריבענע דיבורים, אבער כ'גלייב נישט אז דאס רעדט צו חסידי באבוב.

ווען מ'רעדט פון איבער ארבעטן א חסידיש ספר נאכדערצו פון די באבוב'ע גזע וואלט איך געזאגט אז דער באבוב'ע רב איז פון די פאסיגסטע מענטשן דערצו, ווי פארשטענדליך נאר אויב מ'קוקט ריכטיג, און מ'מישט נישט אריין דא זיינע חסרונות אין אנדערע הינזיכטן.

פאר מענטשן וואס גלייכן אים נישט קען שטערן אז ער איז דער מו"ל אויב קוקט מען מיט א שמאלע בליק דערויף. אבער פון דארטן ביזן צונעמען א זכות וואס קומט זיך אים איז א ווייטער מהלך, וכ"ז אמרן אויב האט ער טאקע די זכות, די פונקטליכע פרטים ווייס איך נישט.
באניצער אוואטאר
שלום שטיסל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 515
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 5:36 pm
האט שוין געלייקט: 1699 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1780 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » מיטוואך אוגוסט 02, 2017 11:59 pm

אז מ'רעדט שוין, וואס איז טאקע פשט אז רב"ץ גיט נישט ארויס אלע תורות פון זיין טאטע? וואס דויערט אזוי לאנג עס צו דריקן? און וואס וועט זיין אויב מחמת איז סיבה וועט רב"ץ נישט זיין בכוח ארויסצוגעבן די איבריגע ספרים, לפי מכתב החדבני"ם דארף זיין יהא מונח עד שיבוא אליהו
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2507
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 3917 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2620 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 1:13 am

כ'ווייס נישט צו דער גאלדבערגער קען נאך אינטערשרייבן.

אן עמעראצישע שאלה, גאלדבערגער איז אויך בייז אויף שלאף פארדעם וואס ער האט איבערגעדרוקט זיינע תורות אהן רשות?

וויפיל תורה האט דער מהר"ש שוין געזאגט אז מען דריקט דריי בענדער דריי מאל, און עס גייט נאך קומען נאך?
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1755
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 938 מאל

הודעהדורך חסיד » דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 12:48 pm

איין אינטרעסאנטע באמערקונג,ר' יחזקאל שלאף האט לכאורה געפילט כי לו נאה כי לו יאה צו זיין דער דריקער פון די תורות, און האבנדיג די געלט דערפאר האט ער עס גענימען אויף זיך דעם מצוה ווייל לכאורה פילט ער אז דער דברי שלמה געדורט צו לאנג צו דריקן.

ועל כן שאלתי ובקשתי ר' יחזקאל ווי נישט ווי איז פון כ"ק מהר"ש שוין ארויסגעקומען פיר בענדער תורות און כל הצמאים לדבר ד' האבן ווי אריינצוקוקען,
משא"כ איז שוין צוועלעף און א האלב יאר פון פטירת כ"ק מהרנ"צ זצ"ל און עס איז ניטאמאל דא קיין איין באנד ווי אריינצוקוקען
אשר על כן וואס איז דער פשט פון דוקא גיין דריקן תורות כ"ק מהר"ש זצ"ל? אתמהה! ...
באניצער אוואטאר
חסיד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 24, 2014 5:13 pm
האט שוין געלייקט: 101 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

הודעהדורך תמימותדיגע » דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 1:45 pm

חסיד האט געשריבן:איין אינטרעסאנטע באמערקונג,ר' יחזקאל שלאף האט לכאורה געפילט כי לו נאה כי לו יאה צו זיין דער דריקער פון די תורות, און האבנדיג די געלט דערפאר האט ער עס גענימען אויף זיך דעם מצוה ווייל לכאורה פילט ער אז דער דברי שלמה געדורט צו לאנג צו דריקן.

ועל כן שאלתי ובקשתי ר' יחזקאל ווי נישט ווי איז פון כ"ק מהר"ש שוין ארויסגעקומען פיר בענדער תורות און כל הצמאים לדבר ד' האבן ווי אריינצוקוקען,
משא"כ איז שוין צוועלעף און א האלב יאר פון פטירת כ"ק מהרנ"צ זצ"ל און עס איז ניטאמאל דא קיין איין באנד ווי אריינצוקוקען
אשר על כן וואס איז דער פשט פון דוקא גיין דריקן תורות כ"ק מהר"ש זצ"ל? אתמהה! ...


די שאלה איז א שאלה לשכשלעצמו. די חסידים פון באבוב 45 פרעגן דעם שאלה אז כסדר דרוקט מען דאס און יענץ, און אויזער קונטרסי ילקוט שיחות ופנינים וואס קומט ארויס וועכנטלעך, (גראדע אביסל קינדעריש אבער אונטרעסאנטליך) קומט כמעט גארנישט ארויס פון די רב ז"ל די מהרנ"ץ?

אויף ר' יחזקאל איז נישט שווער ווייל כאטש ער האט געהאלטן זייער שטארק פון די מהרנ"ץ ז"ל און ער האט געהאלטן פון אים עולם ומלואו, אבער א געווייקטער חסיד איז ער פון די פריערדיגע רב ז"ל. ממילא האט ער א משיכה צו דרוקן זיינע תורות, און כלשונו אין די הקדמה 'לקיים רצון צדיק', ער פילט (לדעתו) א חוב דאס צו טוהן.

עס מוז אויך באטאנט ווערן אז די מהרנ"ץ אלץ רבי איז געווען זייער שוואך און כמעט נישט געזאגט קיין תורה. אלעס וואס איז דא איז פון פאר ער איז געווארן רבי. רוב דרשות און שיעורים וואס ער האט געזאגט האט ער על פי רוב נישט געזאגט קיין אייגענע תורות. היינט די מערכת פרובירט צוזאם צו קוועטשן פון זיינע ווערטער אזא געדאנק און אזא כוונה. עס קען זיין אז למעשה וועט זיין זייער שווער צו דרוקן עפעס א למעשה'דגיע ספר פון אים. דאס קען אביסל פארשטיין געבן פארוואס זיי האבן נאך נישט געדרוקט.
תמימותדיגע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 11:23 am
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל

הודעהדורך איש את רעהו » דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 4:56 pm

חסיד האט געשריבן:איין אינטרעסאנטע באמערקונג,ר' יחזקאל שלאף האט לכאורה געפילט כי לו נאה כי לו יאה צו זיין דער דריקער פון די תורות, און האבנדיג די געלט דערפאר האט ער עס גענימען אויף זיך דעם מצוה ווייל לכאורה פילט ער אז דער דברי שלמה געדורט צו לאנג צו דריקן.

ועל כן שאלתי ובקשתי ר' יחזקאל ווי נישט ווי איז פון כ"ק מהר"ש שוין ארויסגעקומען פיר בענדער תורות און כל הצמאים לדבר ד' האבן ווי אריינצוקוקען,
משא"כ איז שוין צוועלעף און א האלב יאר פון פטירת כ"ק מהרנ"צ זצ"ל און עס איז ניטאמאל דא קיין איין באנד ווי אריינצוקוקען
אשר על כן וואס איז דער פשט פון דוקא גיין דריקן תורות כ"ק מהר"ש זצ"ל? אתמהה! ...

כ'פארשטיי איר זענט א קאכעדיגער באבוב-אריגינעל אנהענגער, ביי אייך איז נישט א פעלער צו חוזק'ן אויפן חשבון מהרנ"ץ זצ"ל
צו ווייסט איר דען נישט אז רבי שלמה זצ"ל האט געהאט פילע יארן וואס ער האט בבריאות השלימות געפירט די עדה און כסדר תורה געזאגט?
מהרנ"ץ זצ"ל האט עס נישט געהאט.
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2132
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 10:21 am
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל

Re: לאחר 8 שנות מאבק: התגבש הסכם פשרה בין חצרות באבוב

הודעהדורך גראף » דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:38 pm

יא ער ווייסט אבער כ'וויל נישט מאכען א צימעס דא.
ווען מהרמ''ד אונגער האט געשלעפט מיט'ן דרוקן דער שו''ת דברי חיים האבן די חברה פיין חוזק געמאכט סא וואס איז יעצט דער תירוץ? ער האט ש.צ. מיט די געלונגענע מענטשן איז וואס נעמט אזוי לאנג?

Sent from my XT1096 using Tapatalk
גראף
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 848
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 666 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 475 מאל

הודעהדורך חסיד » דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 10:36 pm

איש את רעהו האט געשריבן:
חסיד האט געשריבן:איין אינטרעסאנטע באמערקונג,ר' יחזקאל שלאף האט לכאורה געפילט כי לו נאה כי לו יאה צו זיין דער דריקער פון די תורות, און האבנדיג די געלט דערפאר האט ער עס גענימען אויף זיך דעם מצוה ווייל לכאורה פילט ער אז דער דברי שלמה געדורט צו לאנג צו דריקן.

ועל כן שאלתי ובקשתי ר' יחזקאל ווי נישט ווי איז פון כ"ק מהר"ש שוין ארויסגעקומען פיר בענדער תורות און כל הצמאים לדבר ד' האבן ווי אריינצוקוקען,
משא"כ איז שוין צוועלעף און א האלב יאר פון פטירת כ"ק מהרנ"צ זצ"ל און עס איז ניטאמאל דא קיין איין באנד ווי אריינצוקוקען
אשר על כן וואס איז דער פשט פון דוקא גיין דריקן תורות כ"ק מהר"ש זצ"ל? אתמהה! ...

כ'פארשטיי איר זענט א קאכעדיגער באבוב-אריגינעל אנהענגער, ביי אייך איז נישט א פעלער צו חוזק'ן אויפן חשבון מהרנ"ץ זצ"ל
צו ווייסט איר דען נישט אז רבי שלמה זצ"ל האט געהאט פילע יארן וואס ער האט בבריאות השלימות געפירט די עדה און כסדר תורה געזאגט?
מהרנ"ץ זצ"ל האט עס נישט געהאט.

חס מלהזכיר! אודאי פארשטיי איך דאס, איך באטאן די פאקט אז למעשה זענען דא פיר גאנצע בענדער תורות און דאס ארויסגעבן אצינד די דריי איז נישט ווייל הצמאים לדבר ד' האבן געפילט אז מ'קען מער נישט ווארטן, און ר' יחזקאל האט געקענט נעמען די כוחות וואס ער האט אינוועסטירט אין דעם ספר און אריינגעלייגט אין די הונדערטע טעיפס פון די באקאנטע חומש ריש"י שיעורים וואס כ"ק מהרנ"צ זצ"ל האט געזאגט במשך די יארן, דרשות ביי יעדע שמחה, באנקעטן און מסיבות ועוד ועוד, און דערפין ארויסנעמען די אלע הערליכע טייטשן וואס ער האט כסדר געזאגט און ארויסקומען מיט א דבר נאה לכבוד התורה, (איך אליין בין געזעצן ביי כמה וכמה פון די שיעורים און נהנה געוועהן פון דברי תורתו), ע"כ האק נישט אין קאפ אריין מיטן אריינברענגן שמיץ אין יעדע זאך! ודי בזה!
באניצער אוואטאר
חסיד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 24, 2014 5:13 pm
האט שוין געלייקט: 101 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

הודעהדורך בארא פארקער » דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 11:07 pm

פארהאן א בריוו וואס אדמו"ר מרנ"ץ האט געשריבען תיכף נאכן אויפשטיין פון שבעה.

קיינער האט נישט קיין רעכט צו דריקען די טאטע'ס תורות, אין דאס איז געווען די טאטע'ס רצון.

איי חזקאל שלאף שרייבט קלאר אז די רב ז"ל האט עיהם געבעהטן צו שרייבען?
עלען מיר מוזן איינזעצן אז די רב ז"ל האט נישט געהאט קיינער דא אין ניו יורק וועמען זיך צו פארלאזן אויפ, האט ער אמאל ביי א באזיך אין לאנדאן געטראפן ר' חזקאל אין געזעהן סארא קלוגע, געלונגענע, ערליך, "נארמאלע" מענטש ער האט דא אריין געבאמפט, אין עיהם תיכף געגעבן די זכות.

כנראה אז מרנ"ץ נישט געווען ביי יענער באזיך אין לאנדאן, ווייל ער שרייבט קלאר נאכן פטירה פונעם טאטע אז קיינער טאר נישט ארויס געבן
בייגעלייגטע פיילס
IMG_9664.JPG
בארא פארקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 24, 2014 10:41 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מוצ"ש אוגוסט 05, 2017 11:20 pm

הלכה'דיג קען מען אסר'ן נישט צו דריקען תורות?

פין מיינע אויגן זעהט אויס אז מען קען נישט אסר'ן קיינעם פין דריקען תורות וואס מען הערט פין איינעם. צו מען זעהט געשריבען. אפילו די חרמות וואס זענען דא זענען נאר אויף משיג גבול זיין ווען איינער דריקט שוין א ספר.

ווען 48 דריקט א ספר פין מהר"ש און שלאף דריקט עס איבער איז דא די פארצייטישע חרמות. למעשה נעמט ער עפעס וואס איז קיינמאל נישט געדרוקט געווארן, און דרוקט עס, איז וואס איז די הלכה'ישע עוולה?

כ'פארשטיי אז איינער וואס האט מורא פין הקפדה פין די צוויי דריי רעביס וואלט עס נישט געטוהן, אבער זעהט אויס אז דער שלאף איז נישט פין די מענטשען.

דער עיקול וועט האלטען פאר נאך דרייסיג טאג, ביז דער שלאף זאגט ער איז גרייט זיך צוצישטעלן צו א דין תורה, איך קען נישט גלייבן אז 48 וועט גיין צו א בית דין וואס שלאף וועלט אויס.

ווידער דער גאנצער עיקול האט נישט קיין פשט, ווייל לכאורה גייט 48 נישט האבען קיין שום געלט פארלוסטן דורך פארקויפן דער ספר פין שלאף, ווייל יעדער גייט קויפן דער דברי שלמה ווען עס קומט ארויס ממילא. איז וואס קען 48 טענה'ן אז מען מוז טעמפארערי אסר'ן די הפצה פינעם ספר.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1755
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 938 מאל

הודעהדורך איש את רעהו » זונטאג אוגוסט 06, 2017 12:51 am

טעמפערערי קען מען אויפן צד אז מען וועט יא הייסן אין בית דין לבסוף, אז שלאף זאל איבערגעבן פאר די ריכטיגע פרייז די ספר צו הרב"צ וואס האט די אויטאריטעיט מטעם אויטענטיש באבוב צו דריקן כתבי הרבי שלמה זצ"ל.
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2132
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 10:21 am
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל

Re: לאחר 8 שנות מאבק: התגבש הסכם פשרה בין חצרות באבוב

הודעהדורך יהושע חיים » זונטאג אוגוסט 06, 2017 7:39 pm

איש את רעהו האט געשריבן:טעמפערערי קען מען אויפן צד אז מען וועט יא הייסן אין בית דין לבסוף, אז שלאף זאל איבערגעבן פאר די ריכטיגע פרייז די ספר צו הרב"צ וואס האט די אויטאריטעיט מטעם אויטענטיש באבוב צו דריקן כתבי הרבי שלמה זצ"ל.

זיי אפשר הלכה'דיג מסביר דאס
יהושע חיים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 912
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 475 מאל

הודעהדורך איש את רעהו » זונטאג אוגוסט 06, 2017 8:54 pm

אויב וועט בי"ד לבסוף יא געפינען א וועג צו הייסן שלאף עס איבערגעבן, קומט אויס אז יעצט איז עס א שאדן פאר באבוב מח, אויב אזוי זאל באבוב מה זיין יעצט געפרוירען פון ריקן די ספר פאראויס.
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2132
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 10:21 am
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל

Re: לאחר 8 שנות מאבק: התגבש הסכם פשרה בין חצרות באבוב

הודעהדורך גראף » מאנטאג אוגוסט 07, 2017 10:35 am

@איש את רעהו וואס האט באבוב מה איינגעלייגט מיט דעם ספר?

Sent from my XT1096 using Tapatalk
גראף
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 848
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 666 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 475 מאל

הודעהדורך איש את רעהו » מאנטאג אוגוסט 07, 2017 10:43 am

גראף האט געשריבן:@איש את רעהו וואס האט באבוב מה איינגעלייגט מיט דעם ספר?

Sent from my XT1096 using Tapatalk


דער מחבר ווען ער איז נישט פון מה, נאר ביי די מח צד וואלט ער עס בלי ספק נישט געטון.
ווען די מחבר האט ווען א הו"א אז די מה רבנים ודיינים וועלן עס פארבאטען וואלט ער עס נישט געקענט ארויסגעבן.
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2132
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 10:21 am
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל

Re: לאחר 8 שנות מאבק: התגבש הסכם פשרה בין חצרות באבוב

הודעהדורך גראף » מאנטאג אוגוסט 07, 2017 10:50 am

ער האט געפרעגט ביי מה וואס צו טוהן? דו קענסט עהם נישט...

Sent from my XT1096 using Tapatalk
גראף
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 848
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 666 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 475 מאל

הודעהדורך איש את רעהו » מאנטאג אוגוסט 07, 2017 10:58 am

גראף האט געשריבן:ער האט געפרעגט ביי מה וואס צו טוהן? דו קענסט עהם נישט...

Sent from my XT1096 using Tapatalk

אהן האבן קונים פון מה, וואס האט ער עס געברויכט ברענגן לדפוס.
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2132
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 10:21 am
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 6 געסט