טשיילד אביוז סקאנדאל אין סאטמארער חדר אין מאנסי

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

הודעהדורך ממי_שאמרו » מיטוואך פעברואר 13, 2013 6:54 pm

צו די מאמע וואס האט גערופן די פאליציי שיחי'

אשריך ואשרי חלקיך!!!!

מיין זין איז נישט נכסי ציבור, יעדעס מאהל וואס די רבי אדער מנהל צולאזט זיך און נעמט ארויס די פאסיק און שמייסט אריין אחת למעלה ושבעים ולמטה. אדער נעמט ער זיינע גרויסע לאפעס און שמעטערט אריין מכות מרדות אין די פנים פון א אינגל, דארף מען אים ארעסטירן.

עס איז נישט דא קיין נערמאלקייט אז דאס זאל געשעהן. ווען מיין אינגל קומט מיר אהיים פארציילן די קלעפ וואס מ'טיילט (פארשטייט זיך נאר ארויסצוקלאפן די ייצר הרע), און ער האט טרערן אין די אויגן, וואס זאל איך אים זאגן אז דער מלמד אדער מנהל איז א פשוטע ריש שיען עין, און רוצח וועלכע האט זיך נישט אויסגעארבעט זיינע מדות אלס קינד?

ווי פינקטלעך איז דאס א לימוד פאר ארבעטן אויף די מדות??????


נישט דא קיין שום תירוץ צו שלאגן א יונגל אז ער זאל אהיינקומען מיט מארקס!!!!! אז דו קענסט נישט האלטן די קלאס אינטער קאנטראל אן דעם,ריזיין!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

מיין זין איז נישט דיין פאנטשיק בעג!!!!

דו ווילסט נישט אז ער זאל זעהן ווידיאוס ווי מ'שיסט ווייל עס לייגט אריין רציחה אין א קינד, וואס מיינסטו לייגסטו אריין אינעם קינד ווען ער זעהט ווי דו האקסט שטיקער אן קיין רחמנות? וואס מיינסטו לייגסטו אריין אין אים? רחמנות געפילן זיכער, ניין???

און פארשטיייט זיך אז דו מיינסט עס לשם שמים, וח"ו לא להנאת גופי רח"ל ה"י ל"ע
Perchik: Money is the world's curse.
Tevye: May the Lord smite me with it. And may I never recover.
באניצער אוואטאר
ממי_שאמרו
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1444
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 8:45 pm
האט שוין געלייקט: 536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1515 מאל

הודעהדורך קרעקער » מיטוואך פעברואר 13, 2013 6:56 pm

קיינער זאל ביטע נישט קלאגען אויף א יוד איז געווארען ארעסטירט
ביי וועבערמאן איז נישט געוועהן קיין עדות האט מען געקענט הערען די חילוקי דיעות
די רביס וואס שלאגען מערדערליכע פעטש אין פנים און מיט קאנטשיגס אויף די הענט זענען רוצחים און מוזן גיין אין דזשעיל פיריאד
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1102
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 10:54 am
האט שוין געלייקט: 181 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 544 מאל

הודעהדורך ממי_שאמרו » מיטוואך פעברואר 13, 2013 7:00 pm

קרעקער האט געשריבן:קיינער זאל ביטע נישט קלאגען אויף א יוד איז געווארען ארעסטירט
ביי וועבערמאן איז נישט געוועהן קיין עדות האט מען געקענט הערען די חילוקי דיעות
די רביס וואס שלאגען מערדערליכע פעטש אין פנים און מיט קאנטשיגס אויף די הענט זענען רוצחים און מוזן גיין אין דזשעיל פיריאד


אויף וועלכע וועלט לעבסטו?

איין קאנטשיק?? ביסט לאקי!!!!!

מיין רבי זאל זיך רוען אין לעכטיגן גיהנום (לידיעת הקורא לילקע- נישט קיין חילוק ווי עס איז. דארט ווי עס איז זאל ער ליגן באגראבן) פלעגט נעמען צוויי קאנטשיקעס (די טייל פון א פלאר) און צוזאמבינדען טייט מיט לעקטעריק טעיפ. ווייל די יצר הרע גייט נישט ארויס פון איין טייל, ער דארף צוויי טיילס מיט עלעקטעריק טעיפ.
Perchik: Money is the world's curse.
Tevye: May the Lord smite me with it. And may I never recover.
באניצער אוואטאר
ממי_שאמרו
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1444
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 8:45 pm
האט שוין געלייקט: 536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1515 מאל

הודעהדורך דבילה » מיטוואך פעברואר 13, 2013 7:04 pm

הדד בן בדד האט געשריבן:רבותי, ווי איינער האט שוין דא געשריבן, א פאטש אדער א פעטשל איז איין זאך אבער מכות רצח איז גאר שעדליך, און נישט נאר פאר דעם געשלאגענעם נאר אויך פאר די אנדערע קינדער פון קלאס. ווען איך בין געווען א אינגל פון פינף יאר האב איך געהאט א מלמד וועלכער האט געשלאגן מכות רצח, ער פלעגט אנסטראשענען די קינדער אז ער גייט זיי אפגיסן מיט קאכעדיג וואסער, און זיך מאכן ווי ער גייט דאס טון, אדער אז ער גייט זיי צושניידן און צושטעכן, איך געדענק ווי איך פלעג משוגע ווערן פון שרעק. ער פלעג שלאגן אינגלעך פארן דארפן אין ביהכ"ס אינמיטן קלאס, ווייל מען דארף גיין ביי ריסעס און לאנטש. איך געדענק ביז היינט ווי מער ווי איינמאל האב איך גע'קטנ'ט אין די הויזן ווי איידער בעטן צו גיין אין ביהכ"ס.

רציחה האט נישט קיין מקום, און אויב האט מען אים ארעסטירט... נו איך וועל בלייבן דא.


הדד?
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:17 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 631 מאל

הודעהדורך הדד בן בדד » מיטוואך פעברואר 13, 2013 7:07 pm

דבילה האט געשריבן:
הדד בן בדד האט געשריבן:רבותי, ווי איינער האט שוין דא געשריבן, א פאטש אדער א פעטשל איז איין זאך אבער מכות רצח איז גאר שעדליך, און נישט נאר פאר דעם געשלאגענעם נאר אויך פאר די אנדערע קינדער פון קלאס. ווען איך בין געווען א אינגל פון פינף יאר האב איך געהאט א מלמד וועלכער האט געשלאגן מכות רצח, ער פלעגט אנסטראשענען די קינדער אז ער גייט זיי אפגיסן מיט קאכעדיג וואסער, און זיך מאכן ווי ער גייט דאס טון, אדער אז ער גייט זיי צושניידן און צושטעכן, איך געדענק ווי איך פלעג משוגע ווערן פון שרעק. ער פלעג שלאגן אינגלעך פארן דארפן אין ביהכ"ס אינמיטן קלאס, ווייל מען דארף גיין ביי ריסעס און לאנטש. איך געדענק ביז היינט ווי מער ווי איינמאל האב איך גע'קטנ'ט אין די הויזן ווי איידער בעטן צו גיין אין ביהכ"ס.

רציחה האט נישט קיין מקום, און אויב האט מען אים ארעסטירט... נו איך וועל בלייבן דא.


הדד?


יא דבילה, וואס קען איך דיר העלפן
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1474
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 843 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1128 מאל

הודעהדורך איינער » מיטוואך פעברואר 13, 2013 7:12 pm

ממי_שאמרו, האסט ארויס גענומען מיינע ווערטער פון מויל. רציחה, האט נישט קיין פלאץ קיין ערגעץ. א מלמד/מנהל וואס שלאגט מיט אזא רציחה, באלאנג אין איין פלאץ, זשעיל.
איינער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 10, 2012 10:21 pm
האט שוין געלייקט: 700 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 179 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » מיטוואך פעברואר 13, 2013 7:23 pm

איינער קען קאנפירמען די מעשה?? ווייל איינער זאגט מיר אז די בילדער זענען שוין צוויי יאהר אלט און די מעשה פאנגט זיך נישט אהן
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5437 מאל

הודעהדורך גדעון » מיטוואך פעברואר 13, 2013 7:29 pm

איים סארי צו צושטערן ענקער גרויס פרייד, אבער ווי ווייט איך ווייס האט מען אים נישט ארעסטירט ניטאמאל איז די פאליציי געווען אינוואלווד,
באניצער אוואטאר
גדעון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 511
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 2:55 am
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:10 pm

גדעון האט געשריבן:איים סארי צו צושטערן ענקער גרויס פרייד, אבער ווי ווייט איך ווייס האט מען אים נישט ארעסטירט ניטאמאל איז די פאליציי געווען אינוואלווד,

אמת'דיג?????!!!!!!
יוי איך בין אזוי טרויעריג צו הערען אז ס'איז נישט אמת :cry: :cry: :cry:
גדעון , אפשר דאך איז עס יא אמת. פליז טריי געוואר צו ווערן אז ס'איז יא אמת
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5437 מאל

הודעהדורך עוד מישהו » מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:51 pm

וואס די גויים טוען אין פאבליק סקול צווישן זיך, אבער אלס קינדער נישט די טיטשער צו די סטודענטן, טוען חסידישע רבי'ס צו אונזערע קינדער, אויף דעם וואס אונזער דור איז נישט ארויס אלס מערדער איז א נס פאר זיך.

איך וואונטש די חשוב'ע מנהל וואס מ'האט אים מכבד געווען זיך צו זעצן, יהי רצון שישיבתו תעלה יפה, ויאריך ימים על ממלכתו בין ארבע כותלי היושב בסתר.
ס'איז בעסער צו לערנען די הייליגע תורה, מער פון אלע לאלי'ס און קענדי'ס.
קרעדיט: כיתה א' רבי.
עוד מישהו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 1:46 pm
געפינט זיך: אין אנטארטיקע
האט שוין געלייקט: 156 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 239 מאל

הודעהדורך יידל » מיטוואך פעברואר 13, 2013 9:05 pm

די צווייט בילד זעט עפעס אויס ווי א קינד אן די חסידישע פאות לאקן.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4919
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2926 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4438 מאל

הודעהדורך משכיל » מיטוואך פעברואר 13, 2013 9:18 pm

איך קען איינעם וואס דער רבי פלעג שלאגען מיט אן עלעקטריק דראט ברענעדיגע שמיצען און ער פלעג זאגען ווען עטס וועט עלטער ווערען וועט עטס פארשטיין, י

ויהי היום און דעם תלמיד איז געווארען א אינגערמאן מיט א שטוב מיט קינדער און ער גייט אין די גאס און טרעפט דעם מלמד, און ער האלט איהם אפיר, זאג נאר, יעצט בין איך שוין עלטער און איך פארשטיי נאך אלץ נישט פארוואס די האסט אונץ געשלאגען אזעלכע ביטערע מכות !י

ער האט איהם [נעבעך] נישט אפגעלאסט און געטרענט די נערווען זיי מיר מסביר פארוואס, איך פארשטיי נאך אלץ נישט !!!י
באניצער אוואטאר
משכיל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 422
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 1:39 pm
האט שוין געלייקט: 67 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 223 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » מיטוואך פעברואר 13, 2013 10:17 pm

רבתי בארויג'טס ענק.
א מנהל און מלמד דארף נישט ליידן פון יעדען ציווילדווטן ADHD הייפערעקטיוו'ס משוגעתן. וואס לעכטס נאך אביסעל עטנטשען. אפשר רעדט מען פון א קונד וואס איז זיך ווערט דאס געלט. די מלמד רעדט זיך אפ יעדן טאג צים מנהל, איך האלט נישט אויס. אדאנק עם קענען נישט אנדערע 25 קונדער דערגרייככן זייער תכלית. מ'האט שוין פראבירט אלעס. מיו שיינעם. געגעבן מתנות פארן קונד , גערעדט צי די עלטערן, געהייערט א טערעפיסט, דערלאנגט קליינע פעטשעלעך. און גארנישט האט געהאלפן.
די צער וואס די מנהל און מלמד גייט דורך איז עני טיים אזוי פענפאל ווי די פראסקעס.
די געשווילאכטס וועט זיך בעז''ה היילען ביז אפאר טאג. און די אויפטי וועט בלייבן פאר א לאנגע צייט.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3817
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4755 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1896 מאל

הודעהדורך Starbucks » מיטוואך פעברואר 13, 2013 10:25 pm

יידל האט געשריבן:די צווייט בילד זעט עפעס אויס ווי א קינד אן די חסידישע פאות לאקן.


מ׳האט איהם אויפגעהויבן די פיאות צו כאפן די בילד.
באניצער אוואטאר
Starbucks
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 261
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:59 pm
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 229 מאל

הודעהדורך ממי_שאמרו » מיטוואך פעברואר 13, 2013 11:06 pm

ווען א מלמד קען נישט קאנטראלן א 9 יעריג יונגל, נאר אדורך אים ב׳מזיק׳ן. טויג ער נישט צו זיין דשאב. און ער זאל זיי מוחל אויפהייבן דעם ישבן און ריזיינען.

ווען מיין ארבעטער זאל מיר זאגן אז עס איז דא צו סאך באקסעס צו דעליווערן, און ער קען זיך נישט קיין עצה געבן, דעריבער טאנצט ער אויף די באקסעס עס צו קלענער מאכן און גרינגער מאכן. וואלט עס געווען דאס לעצטע מאהל וואס ער קישט די מזוזה מיט זיין האנט.
Perchik: Money is the world's curse.
Tevye: May the Lord smite me with it. And may I never recover.
באניצער אוואטאר
ממי_שאמרו
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1444
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 8:45 pm
האט שוין געלייקט: 536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1515 מאל

הודעהדורך היימישער ליטוואק » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 12:21 am

נולד מאוחר האט געשריבן:רבתי בארויג'טס ענק.
א מנהל און מלמד דארף נישט ליידן פון יעדען ציווילדווטן ADHD הייפערעקטיוו'ס משוגעתן. וואס לעכטס נאך אביסעל עטנטשען. אפשר רעדט מען פון א קונד וואס איז זיך ווערט דאס געלט. די מלמד רעדט זיך אפ יעדן טאג צים מנהל, איך האלט נישט אויס. אדאנק עם קענען נישט אנדערע 25 קונדער דערגרייככן זייער תכלית. מ'האט שוין פראבירט אלעס. מיו שיינעם. געגעבן מתנות פארן קונד , גערעדט צי די עלטערן, געהייערט א טערעפיסט, דערלאנגט קליינע פעטשעלעך. און גארנישט האט געהאלפן.
די צער וואס די מנהל און מלמד גייט דורך איז עני טיים אזוי פענפאל ווי די פראסקעס.
די געשווילאכטס וועט זיך בעז''ה היילען ביז אפאר טאג. און די אויפטי וועט בלייבן פאר א לאנגע צייט.

:roll: :roll: :דיסלייק: :דיסלייק: :דיסלייק: :דיסלייק: :דיסלייק: :דיסלייק: :דיסלייק: :דיסלייק: :דיסלייק: :דיסלייק: :דיסלייק:
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1659
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 6:26 pm
האט שוין געלייקט: 1668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1194 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 1:22 am

@נולד, די פוינט איז נישט אויב ס'איז זיך געקומען פארן קינד, נאר אז אויף די פעטש און די געשווילאכץ זעהט זיך אן אז זיי זענען נישט געגעבן געווארן בדעה צלולה, נאר א תוצאה פון א קורץ שלוס, און א מענטש וואס קען זיך נישט קאנטראלירן די הרגשים באלאנגט נישט מחנך צו זיין קינדער.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6948
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5516 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7581 מאל

הודעהדורך יאיר » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 1:37 am

איינער ווייסט וואס איז געווען די חטא פונ'ם קינד?
אגב, איך זע נישט וואס דער עולם איז אזוי צושוידערט, כ'מיין, איר האט קיינמאל נישט מיטגעהאלטן דורכאויס אייערע חדר יארן אז דער מלמד זאל צושלאגן א קינד ביז ער ווערט רויט און טיילווייז געשוואלן? איך געדענק ווי א מלמד האט אזוי אנגעשלאגן א יונגל מיט א פאסיק, ביז ער איז אראפגעפאלן און זיין קאפ האט זיך אריינגעהאקט אין דעם אייזן פונ'ם טיש, עס איז גערינען בלוט פון זיין קאפ, און דער מלמד האט ווייטער געשלאגן מיט א ווילדע רציחה. נאך א שטיק צייט איז דער מלמד געווארן אפגעמוטשעט און איז זיך געגאנגען אראפזעצן בזעת דאס קינד ליגט אויף דער ערד מאכטלאז, (נעבעך, ווייסט ווי שווער ס'איז צו שלאגן פאר פופצן מינוט אין א ציה? נישט אומזיסט איז א מלמד נערוועז, ער דארף אנשלאגן קינדער יעדן טאג, דאס קאסט אסאך פיזישע כוחות, נאכדעם האט מען טענות פארוואס דער נערוועזער מלמד שלאגט) נאך צען מינוט האט ער שוין צוריק באקומען כוח, און אודך, ער האט זיך צוריקגענומען צו דאס זעקל ביינער, פונקט ווי א נאצי. מיין נשמה איז מיר שיער ארויסגעגאנגען.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8159 מאל

הודעהדורך זיידעטשקע » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 2:01 am

די חטא פונם קינד איז געוועהן אז ער האט צובראכען א טוילעט. די מעשה ווערט שוין אויפגעפיקט דורך די טעלעוויזשען.
זיידעטשקע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 303
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:13 am
האט שוין געלייקט: 279 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

הודעהדורך ממי_שאמרו » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 2:15 am

געפילטע פיש האט געשריבן:@נולד, די פוינט איז נישט אויב ס'איז זיך געקומען פארן קינד, נאר אז אויף די פעטש און די געשווילאכץ זעהט זיך אן אז זיי זענען נישט געגעבן געווארן בדעה צלולה, נאר א תוצאה פון א קורץ שלוס, און א מענטש וואס קען זיך נישט קאנטראלירן די הרגשים באלאנגט נישט מחנך צו זיין קינדער.


איך בין ״זיכער״ עס איז געווען מיט יישוב הדעת. אלע מלמדים זענען געזיצן ביי די מיטינג, די עלטערע מלמדים האבן געטענה׳ט אז ער דארף כאפן 24 פעטש, מיט דריי זעצעס אין קאפ, און אויב דער מוחמד (נישט א טעות הדפוס) האט נאך כוח, וועט א פאנטש אין בויך נישט זיין שלעכט.

די יונגערע מלמדים האבן אבער גע׳טענה׳ט אז עס איז 2013 שוין, במילא איז אזוי;
א פאנטש אין בויך איז נישט גוט, פשוט ווייל נחום קען נאך עפעס חושד זיין.
צוויי זעצעס אין קאפ קען מען נישט וועגן זוגות, במילא דארף מען בלייבן ביי דריי (פון איינס וועט דער ייצר הרע נישט ארויספליען).
און די פעטש, וועט 15 זיין געניג.

דער מנהל, איז דאך דער עלצטער, האט ער געמאכט א פשרה, מ׳וועט אנרופן די עלטערן און הייסן שיקן א טשעק מארגן, און מ׳וועט מסביר זיין דאס קינד אז מ׳מיינט פשוט דעם ייצר הרע, במילא וועט ער גאר בעטן פאר מער קלעפ. והכול על פדחתו ופרצופו יבוא בשלום. וכך הוה. די טרערן פונעם פונעם יונגל איז געווען פון שמחה, ער איז רויט געווארן פון התרגשות אז דער ייצר הרע גייט שוין ארויס, און די חבורות האט פשוט די ייצר הרע געטוהן אויפן וועג ארויס.

קומען זיך דא אפאר יונגע שרייבלעך אין אזא כופרישע זייטל און האבן די העזה וחוצפה גדולה עד למאוד ועד בכלל, צו שרייבן אז עס קומט פון פארלוירענקייט. הישמע כזאת??? איך בין מוחה
Perchik: Money is the world's curse.
Tevye: May the Lord smite me with it. And may I never recover.
באניצער אוואטאר
ממי_שאמרו
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1444
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 8:45 pm
האט שוין געלייקט: 536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1515 מאל

הודעהדורך אוהב ספרים » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 2:53 am

און בחדרי שרייבט איינער אז דער יונגעל האט געשפיעלט מיט פייערקרעקערס
אויף טוויטער שרייבט איינער אז ער האט אנגעצונדען די פייער אלארם
אוהב ספרים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 437
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 22, 2012 7:09 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 167 מאל

הודעהדורך יאיר » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 2:59 am

רחמנא ליצלן די חטאים וואס מען הערט דא. באלד וועלן מיר געוואויר וערן אז ער האט אנגעטון שעטנז אונטער די דאכענע ווען קיינער האט נישט געזען און דער מנהל האט אים געפאקט ביי די מעשה.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8159 מאל

הודעהדורך משכיל » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 3:10 am

אפשר איז דאס פעדאפעליע צוזאמען מיט עס ען עם ?י
באניצער אוואטאר
משכיל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 422
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 1:39 pm
האט שוין געלייקט: 67 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 223 מאל

הודעהדורך איציק » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 6:12 am

יאיר האט געשריבן:איינער ווייסט וואס איז געווען די חטא פונ'ם קינד?
אגב, איך זע נישט וואס דער עולם איז אזוי צושוידערט, כ'מיין, איר האט קיינמאל נישט מיטגעהאלטן דורכאויס אייערע חדר יארן אז דער מלמד זאל צושלאגן א קינד ביז ער ווערט רויט און טיילווייז געשוואלן?
...
נאך צען מינוט האט ער שוין צוריק באקומען כוח, און אודך, ער האט זיך צוריקגענומען צו דאס זעקל ביינער, פונקט ווי א נאצי. מיין נשמה איז מיר שיער ארויסגעגאנגען.

איר זיינט גערעכט, מיר האבן דאס אויך מיטגעהאלטן אלס קינדער. און טאקע דערפאר ווערן מיר אזוי צושוידערט, ווייל מיר האבן געקלערט אז די זאכן פאסירן שוין נישט היינט.
וואס איז? נישט גענוג קרבנות געקאסט?

אגב, איך ווייס נישט צו יענער מלמד פון וועמען איר דערציילט איז א נאצי, אבער א גילגול פון א אידישער קאַפָּא איז ער זיכער...
באניצער אוואטאר
איציק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 193
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 01, 2013 3:57 am
האט שוין געלייקט: 490 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 145 מאל

הודעהדורך טעפל » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 8:14 am

אינטערעסאנט, קיינער פון מאנסי קען נישט קלאר מאכען דאס בילד דא?
פון די אנדערע זייט הער איך אז מ'האט גערופען הצלה און פון דארט איז עס אנגעקומען צו די פאליציי (אויב ס'איז אהנגעקומען)
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4948 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 822 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Google [Bot] און 4 געסט