בלאט 1 פון 1

אסעמבלימאן דוב הייקינד אונטער פייער

נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 11:53 pm
דורך אבי גערעדט
אינטערעסאנט אז קיינער האט עס נאכנישט באריכטעט דא.

דוב הייקינד דער באקאנטער ב"פ אסעמלימאן, איז אונטער פייער פון די שווארצע געמיינדע, פארן האבן די חוצפה זיך צו פארבן ס'פנים שווארץ.

דוב האט קודם אוועקגעמאכט די קריטיק, נישט חלומ'דיג וואס ס'ווארט אים נאך,אין האט געזאגט אז ער זעט נישט וואס ס'איז ראנג דערמיט, אבער זעענדיג ווי די פייער פארשפרייט זיך בליץ שנעל האט ער שיינערהייט זיך אנטשולדיגט אין געזאגט אז ס'געווען אא טעות, מיט די האפענונג אז די חברה וועלן זיך בארוהיגן.

אבער וואס ווי ווען? די טונקעלע אפריקאנע אמעריקאנער פארלאנגען אצינד זיין רעזיגנאציע, אין די שטורעם לאזט נישט נאך.

זייטס ממשיך מיט אפדעיטס