יש עתיד: מיר גייען נישט זיצן אין א רעגירונג מיט די חרדים!

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
מיין מיינונג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 5:12 am
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 167 מאל

יש עתיד: מיר גייען נישט זיצן אין א רעגירונג מיט די חרדים!

שליחה דורך מיין מיינונג »

די זאך איז ווארשיינליך פארטיג. ביבי נתניהו גרייט זיך אויפצושטעלן זיין דריטע רעגירונג אויף א קאאליציע מיט די בנט-לפיד פארבאנד, און לאזט די חרדים אינדערויסן.

די רעזולטאטן וואס אזא קאאליציע ברענגט מיט זיך מיט זענען א געוואלד. קודם כל קומט א פעסטע גיוס בני הישיבות פלאן, און א שטורעמישע מערכה מצד גאנץ כלל ישראל דערקעגן וואס היות זיי זענען נישט אין די קאאליציע האבן זיי נישט קיין פראבלעם זיך צו שלאגן ווי די קנאים דערקעגן; ביבי'ס שטארקייט אלס ראש הממשלה וועט זיין היבש וואקעלדיג היות די לפיד-בנט פארבאנד האבן א שיינעם צאל דעפוטאטן צו קענען מאכן אינערליכע געוואלדטאטן אינערהאלב די קאאליציע קעגן די 'ליכוד' פארטיי; די חרדים וועלן זיך נוקם זיין אין נפתלי בנט מיטן שטומען מיט די לינקע פארטייען אויף התנחליות אנגעלעגנהייטן, וואס איז דער יסוד קיום פון די 'בית היהודי' פארטיי; שטארקע שניטן אין סאציאלע רעגירונגס הילף פאר משפחות מיט אסאך קינדער, וואס עפעקטירט בעיקר די חרדים; עס וועלן קומען גרויסע גראבע שניטן אין די רעגירונגס פאנדן פאר ישיבות און כוללים, עס וועט זיך שוין באלד נישט לוינען צו נעמען געלט נאר ענדערש זיך אנשליסן אין 'קרן הצלה'..

ביבי נתניהו זעלבסט איז שטארק אומצעפרידן מיט דעם געשטעל פון זיין נייע קאאליציע, אבער איז אבער אפציע-לאז היות די בנט-לפיד פארבאנד האט זיך נישט געהאלטן ביים ברעכן פאר גארנישט, און מיט די חרדים אליינס האט ער נישט געהאט קיין רעגירונג. ווייטער גיין אויף פרישע בחירות, ווי דער געזעץ לויטעט אויב קען מען נישט צוזאמשטעלן א קאאליציע ביז 60 טאג, איז ביבי אויך נישט גרייט, אלזא איז ער געבליבן מיט די קאאליציע פון בנט-לפיד-ליבני-ליכוד.

ביבי'ס נייע שותף, אביגדור (איווט) ליבערמאן האט היינט צופרי אין א ראדיו אונטערוויו געזאגט אז ער וויל נאך יא זען די חרדים אין רעגירונג. אבער יעצט אויפדערנאכט איז פארגעקומען א זיצונג צווישן די פארהאנדלער פון 'יש עתיד' און 'ליכוד' ווי יש עתיד האט דערקלערט אז זיי ווילן נישט זען די חרדים אין די נייע רעגירונג.
'ישראל שחטא ישראל הוא', אבל יש כאלה ששוכחים שגם 'ישראל שלא חטא ישראל הוא'...

דער אשכול פארמאגט 180 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר