ממי_שאמרו האט געשריבן:שיגעון גדלות
ממי שאמרו- קאווע שטיבל
אגדה עממית ישנה מספרת שהמצביע הדגול נפוליון אמר פעם: את כולם אני יכול לנצח, חוץ מאומה שרק עכשיו אבדה קרב. ההסבר הפשוט היא; אומה שפגעו כבר ברגשות הכבוד שלהם, יעשה הכול בעולם כולל התאבדות רק בכדי לאבד קרב שוב, הכאב עדיין צורב הדם.
לפיד ובנט נצחו אולי את המערכה אבל פשלו ובגדול את הקרב.
בוא נתחיל מביבי; אני מרחם עליו יותר מאריה דרעי. אנחנו הולכים לראות השבוע בן אדם שצועד לחופה בעל כרחו ושונא את הכלה מכל הלב. הממשלה שהולך לקום אין לו שום סיכוי בעולם להתקיים יותר משנה-שנה וחצי. כמה תרחישים;
1) אובמה מגיע בעוד כמה ימים והולך להכריז על תחילתה של המשא ומתן (מתן ומתן יותר נכון), מה יעשה בדיוק אורית סטרוק מהבית יהודי שידוע כסמן ימיני קיצוני עם ציפי לבני ועד עופר שלח שלא הלך למרץ בגלל שמרץ מדי מתון לטעמו? איך יש להם סיכוי בעולם להסכים על אותה דעה בנוגע המו״מ??
איז אזוי, הגם פרעזידענט אבאמא'ס קומען דרייט אן א היבשער פחד אז מ'וועט דארפן צוריקגעבן התנחליות וכדומה, איז נישט מוכרח אז מ'קען נישט לעבן דערמיט. דהיינו, די גאנצע לעצטע קאדענציע פון ביבי האט (אומ)אפיציעל געהערשט א טאטאלער הקפאה צו בויען אויף אלע שטחים, כאטשיג עס איז געווען א רעכטער רעגירונג, אבער מ'האט עס דורכגעשטופט. יעדער האט געוויסט אז די התנחליות זענען פארפרוירן, אבער מ'איז געווען שטיל ווייל קיין אפיציעלע ריקצונגען האט מען נישט פארלאנגט. אלזא קען זיין אז אבאמא וועט טאקע פארלאנגן דאס און יענץ, אבער דאס איז נאכנישט ממש א גורם אז א ממשלה זאל צופאלן, און די היסטאריע האט געוויזן אז מ'האט שוין דורכגעשטופט קאדענציעס אויף אזא אופן.
ממי_שאמרו האט געשריבן:2) לפיד ירצה לקיים את הבטחת הבחירות וינסה למסד את מוסד הנשואים האזרחי, האם יש סיכוי שהרב אליהו בן דהן יישב באותה ממשלה? האם יש סיכוי שרבני יש״ע יתנו יד למהלך כזו? ובפרט ששר הדתות הוא אחד משלנו, יהודי עם כיפה. ועוד לא דברתי על תחבורה ציבורית בשבת וחוק הגיור.
לפיד האט שוין מקיים געווען זיינע בחירות צוזאגונגען דורכן אהערשטעלן א רעגירונג וואס איז חרדים-פריי. דאס איז פונקט גענוג צו זעטיגן די וויסטע שונאי דת פון תל אביב. קיין איין פארטיי האט נאכנישט מקיים געווען אלע זייערע הבטחת בחירות. אמת ער גייט טאקע פרובירן צו פארלאנגן גיור שלא כהלכה, נישואין אזרחיים, און תחבורה בשבת, אבער קודם כל איז דאס נישט קיינעם מחייב, אביגדור ליבערמאן האט ביי די פאריגע בחירות אויך פארלאנגט א טויש אינעם גיור, אבער אן ערפאלג. והשנית בין איך נישט אזוי זיכער אז "הרב" אליהו בן דהאן האט אזא פראבלעם מיט די אלע זאכן. פארגעס נישט דעם סלאגאן "משהו חדש מתחיל" פון נפתלי בנט, ווי עס שיינט שטעקט א שיינע פאר סורפרייזעס אונטער דעם סלאגאן.
בכלל קוקט אויס ווי נפתלי בנט איז ערענסט דערביי להפריד דת ממדינה, ס'הייסט צו זאגן אז נישט וויבאלד עס הייסט "מדינת ישראל" מוז עס האבן די אלע תורה'דיגע געזעצן. עס איז פונקט גענוג אז מ'האט אהבת ארץ ישראל. מ'קען ווייטער לעבן אין די דעמאקראטישע מדינה, אבער אן זיך מתחייב זיין צו היטן דעם דת ישראלית.
ממי_שאמרו האט געשריבן:
3) ביבי יהיה חייב לבצע קיצוצים נרחבים או לעלות מיסים אין לו ברירה אחרת. לפיד יצעק: תקצצו חתיכות מההתנחלויות ולא תחשבו אפילו לעלות מיסים לחברה שלו מרמת אביב ג׳ או מהרצליה. בנט יצעק: אני לא מקנא בכם עם תעיזו לגעת במפעל ההיתיישבות. מה יעשה ביבי??? איך יתקיים דברי שניהם??
4) לפיד ירצה בתור שר האוצר לקצץ בתקצוב הישיבות, אם זה יעלה על הדעת שרבני הדלי״ת יסכימו למהלך כזאת?? משהו צריך אשפוז דחוף!
איך האב א אייזענע פשרה. שניידן קצבאות ילדים (וואס וועט בעיקר עפעקטירן די חרדים), שניידן קצבאות פון די ישיבות וואס גייען נישט אין מיליטער (וואס דאס איז דאך בנט'ס פלאן פאר גיוס, און וועט נישט עפעקטירן די ישיבות ווי הסדר אדער בני יהודה).
*
עס דארף גענומען ווערן אין באטראכט נפתלי בנט'ס סטאטוס ביי די דתלי"ם. עס קען זיין אזוי און עס קען זיין די אנדערע וועג, איך ווייס נישט וואס דער אמת איז. יכול להיות אז זיי קוקן אים אן פאר א משיח וואס האט געראטעוועט די פארטיי פון אונטערגאנג, און זיי וועלן אים נאכוואקן בלינדערהייט, און מכבד זיין יעדע החלטה וואס ער וועט מאכן (למשל זעט מען אז זיי האבן אים שוין איבערגעגעבן די רעכטן צו איינטיילן לויט זיין געשמאק די מיניסטערישע פאסטענס פאר די הבית היהודי קאנדידאטן; די בריוו פון די רבני תקומה אין זיין שטיצע). אויב איז אזוי, דעמאלס זענען רוב פון די פראגעס אויף וואס מיר פלאגן זיך יעצט בטל ומבוטל, ווייל בנט וועט טון וואס איז גוט פאר אים, הגם ס'וועט זיין בניגוד צו די ביז יעצטיגע שיטה פון די דתלי"ם, אבער ער וועט זיי שוין מסביר זיין אז משהו חדש מתחיל, און פאר יעצט דארף מען טון אזוי לתועלת הענין, און אזוי ארום וועט ער רואיג קענען פארבלייבן אין די קאאליציע.
ווידעראום אויב איז ער בלויז א פירער פון א צושפלינטערטע פארטיי וואס באשטייט פון אפאר פראקציעס, און אויב וועט ער טון ס'מינדערסטע שריט וואס איז למורת רוחם פון זיינע חברים וועט פארקומען א אויפשטאנד און א רידעריי, דעמאלס האט ער זייער שוואכע שאנסן צו סוקסידן אפילו פאר א קורצע צייט, ווייל ער וועט די משוגענע מתנחלים נישט קענען צופרידנשטעלן אפילו ווען ער זיצט ווען אין א עקסטרעם רעכטע רעגירונג.
'ישראל שחטא ישראל הוא', אבל יש כאלה ששוכחים שגם 'ישראל שלא חטא ישראל הוא'...