בלאט 15 פון 21

נייַעס באַריכט

הודעהפורסם: מאנטאג מערץ 04, 2013 3:50 pm
דורך גינות
קינד וואס איז געבוירן געווארען נאך די שוידערליכע עקסידענט ליידער אוועק ר"ל

www.zingmit.com/baby-born-after-tragic-accident-pronounced-dead-rl/

הודעהפורסם: מאנטאג מערץ 04, 2013 3:53 pm
דורך גאלד
פעך!! אזא עקלהאפטיגע פנים, קוקט אויס ווי א ראט,

הודעהפורסם: מאנטאג מערץ 04, 2013 3:56 pm
דורך book
רמב"ם הלכות תענית.

מצות עשה מן התורה לזעוק ולהריע בחצוצרות על כל צרה שתבא על הצבור. שנאמר על הצר הצורר אתכם והרעותם בחצוצרות. כלומר כל דבר שייצר לכם כגון בצורת ודבר וארבה וכיוצא בהן זעקו עליהן והריעו

ודבר זה מדרכי התשובה הוא. שבזמן שתבוא צרה ויזעקו עליה ויריעו ידעו הכל שבגלל מעשיהם הרעים הורע להן ככתוב עונותיכם הטו וגו'. וזה הוא שיגרום להסיר הצרה מעליהם

אבל אם לא יזעקו ולא יריעו אלא יאמרו דבר זה ממנהג העולם אירע לנו וצרה זו נקרה נקרית. הרי זו דרך אכזריות וגורמת להם להדבק במעשיהם הרעים. ותוסיף הצרה צרות אחרות. הוא שכתוב בתורה והלכתם עמי בקרי והלכתי גם אני עמכם בחמת קרי. כלומר כשאביא עליכם צרה כדי שתשובו אם תאמרו שהיא קרי אוסיף לכם חמת אותו קרי:

הודעהפורסם: מאנטאג מערץ 04, 2013 3:57 pm
דורך קאך_לעפל
שמעקעדיג האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:קאך לעפל, איך בין שוין לאנג נישט געווען אזוי אויפגעברויזט אויף א תגובה, ווי אויף דיין פריערדיגע תגובה.
איך מיין זאלסט עס אויסמעקן. און הער אויף צו פייניגן אידן און גיסן זאלץ אויף די וואונדן!


פארוואס ביטע זיי מסביר דיין אויפברויז, און אויב עס איז דברים של טעם, וועל איך עס אויסמעקן בל''נ!


איך בין אויפגעברויזט, איך קען זיך נישט מצמצם זיין, אבער בקיצור ממש וועל איך דיר פרעגן קענסט מיר זאגן פארוואס האט נעכטן אויסגעפעלט די אלע "נארישע" הספדים, סיי אין ווילי, סיי אין מאנסי? מען קען זיך עפעס מקבל זיין און פארטיג! וואס עפעס רעדן און וויינען? כלשונך: "וואס דאס פאסט אויסדריקליך פאר די עזרת נשים, און דאס ברענגט נישט גארנישט, נאר קשיות מיט תרעומות אויפן הייליגן באשעפער..."

מיין גאט! דער באשעפער ווייסט אז מיר זענען צושאסן, קיינער האט נישט קיין תערומות ח"ו, מען מעג זיך - און מען דארף זיך - אויסגעבן, איך בין זיכער אז אין הימל האט מען הנאה פון די אלע הספדים און גראמען, עס איז יעדן מעורר.

אודאי דארף זיך יעדער מקבל זיין א קבלה טובה, מען ווייסט דאס אליינס, אבער מיר זענען גענוג צושאסן און צובראכן, מיר דארפן חיזוק אויף ווייטער, נישט איינער זאל קומען און אונז ווייטער שפייען אין פנים אריין און דערנידערן די אלע הערליכע שרייבערס דא וואס גיבן אויס זייער הארצווייטאג. ס'איז נישט קיין סתירה מיט קבלות טובות.

דאס איז בקיצור ממש.


טיה א קיק מר שמעקעדיג,

מיר זענען יודישע קינדער, און מיר האבן א תורה הק' וואס די תורה לערנט אונז וואס צו טאן, און וואו אזוי צו טאן, און ווען צו טאן.

די הייליגע תורה זאגט אונז אז מען דארף טרויערען אויף א בר מינן 7 טעג, שטארק, און דערנאך 30 טעג א ביסל לייכטער, און דער נאך א יאר נאך לייכטער,
די הייליגע תורה זאגט אונז וואו אזוי צו טרויערן, רייסן קריעה, זיך נישט וואשען, און זיך לאזן וואקסען די האר,
די היילגע תורה זאגט אונז ווען מען מעג יא מספיד זיין, און ווען טאר נישט, שבת, יו''ט, ר''ח, טאר מען נישט, און אונדערוואכן איז גאר א מצווה צו מספיד זיין,

נישט קיין חילוק וואו גרויס די אימגליק איז, און וואו שטארק מען איז פארווייטאגט, מיר האבן א תורה, וואס שטייט העכער דיינע פראזענליכע הרגשים,

איז אזוי:

מספיד זיין? יא!
לאזען טרערן? יא!
מנחם אבל זיין די פארמיליע? יא!
לערנען משניות? יא!
והחי יתן את ליבו, מקבל זיין אויף זיך תשיבה ותיקון המעשים? יא!

אבער:

שרייבן איבערגטריבענע הרגשים, וואס קענען ח''ו צו ברענגען קישות אויפן הייליגע באשעפער? ניין! ניין! ניין!

דעריבער הערט אויף צו שרייבן, מיט קטנות המוחין, און מיט ווייבערישע געפילן, און טרויערט אויף די אימגעקימענע אזוי ווי תורה געטרייע יודן..

הודעהפורסם: מאנטאג מערץ 04, 2013 3:58 pm
דורך ברסלבער
קאך-לעפל, אז עס טוט וויי שרייט מען, עס דארף נישט קיין שום הסבירים.
און דאס שרייען ברענגט נישט קיין קשיות אויפ'ן אייבערשטן, עס בארוהיגט נאר די פארווייטאגע געפילן.

הודעהפורסם: מאנטאג מערץ 04, 2013 4:00 pm
דורך זר זהב
קאך לעפל אויב קענסטע נישט פארנעמען הרגשים גיי צוריק אין קיטשען לעדל. שרייבסט אומגעהויערע שטותים.

נחמי טייערער

הודעהפורסם: מאנטאג מערץ 04, 2013 4:02 pm
דורך יאסעלע וואסער טרעגער
קרעדיט איי וועלט..

איך ווייס און איך גלייב אז יש מנהיג לבירה.
אבער טאטע זיסער מי יתן לנו תמורה.
אן עולה תמימה שנים בבת אחת.
זיי האבן דאך נאר פאר דיר טאטע ליבער געוואלט ברענגען נחת.

מיינע הענט ציטערן דאס טרערן קוואל שוין טריקן.
אויפן שווארצן הימל איך ווארף מיינע בליקן.
דאס הארץ שווערער ווי א שטיין.
עס וויל זיך וויינען אבער עס קומט נישט קיין געוויין.

נאר ממש יעצט געהערט ווי דאס גלאז אונטער די חופה געטון ברעכן פון שמחה ״מזל טוב״ געטאן שרייען.
יא גלאז האט נאכאמאל געבראכן אבער יעצט מיט אזויפיל פיין און ווייען.

נחמי נחמי דאס נאמען מיינט דאך נחמה.
אוי ווי סאך טרערען וועט מען גיסן יעדע מאל מען וועט דערמאנען די נאמען פון די ליכטיגע נשמה.

מיר אלע האבן דיר לעכטיקייט געטון שעצן.
ווי מיט א חשק א אהבה די האסט דיך ביי א גמרה א חסידיש ספר זיך געטאן זעצן.
אייביק א שמייכעלע אויף דיין פנים געטון טראגען.
אייביק א גיט ווארט געהאט יעדן צו זאגן.

נישט קיין שוועריקייטן האט דיין חשקת התורה געקענט אפשטעלען.
יעדער וואס האט מיט דיר געטאן לערנען האט מיט דיין התמדה געטאן קוועלען.
און ים התלמוד שטענדיג געטון שווימען.
בערג טאלן שווערע שטיינער געטאן בייקומען.

צו מצות ביסטו געווען א גאון, אבער צו עבירות א תמים.
טאקע אוועק יונג נעבעך, אבער פון איין זייט געווען א זקן בא בימים.
א קורץ לעבן אבער פול מיט מעשים טובים זעק פילע
חסד אהבת השם א פעולה נאך א פעולה

פאריגע וואך נאך מיט דיר געזעצן ביי דיין ברודער׳ס בר מצווה און מזל טוב געטאן געבן.
אוי ווער האט געחלום׳ט אז א וואך שפעטער וועט שוין דיין נשמלה העכער אונז שוועבן.

דיין מדות החסד דיין אהבת ישראל האט אונז אלע פארווינדערט.
ווער האט געטראכט אז אזוי יונג וועט דיין הערצעלע, דיין ווייך הערצעלע ווערען פון אונז אפגעזינדערט.


איך ווייס און איך גלייב אז יש מנהיג לבירה.
אבער טאטע זיסער מי יתן לנו תמורה.
אן עולה תמימה שנים בבת אחת.
נאר פאר דיר טאטע ליבער געוואלט ברענגען נחת

רייזל רייזעלע טייערע מיר האבן גאנץ א קליינע צייט דיך געטאן קענען.
אבער דיין פיינקייט און איידעלקייט האט נישט געדארפט קיין סאך צייט יעדעם צו באנעמען.
קוים א יאר פארגאנגען ווען מיר האבן אויף דיין חתונה געזינגען אשת חיל מי ימצא.
ווער האט געגלייבט אז דאס נעקסטע מאל מיר וועלן די ווערטער דערמאנען וועסטו שוין אויף דער וועלט נישט זיין בנמצא

מיר וועלן אויף דיר מספיד זיין א מעלה נאך א מעלה.
אבער און גן עדן וועט שוין זיין דער בטח בה לב בעלה.
אן אשת חיל און פילען זון פון ווארט.
מיט א באגריף פון א העכערען סארט.

ווער האט געחלמ׳ת אז דער הרי את.
וועט אויף דעם וועלט אנהאלטן אזא קורצע צייט.
צושוידערט און צושטיקלט אינגאנצן.
נאר א יאר צוריק אויף דיין חתונה געטאנצען.

מיט א געטריישאפט צו דיין מאן אזוי שיין.
אפי׳ אויף זיין לעצטע וועג אים נישט געלאזט אליין.
צוזאמען צום כסא הכבוד מיט אים געטאן מיטגיין.
רייזעלע א נשמהלעמאזוי ריין.

איך ווייס און איך גלייב אז יש מנהיג לבירה.
אבער טאטע זיסער מי יתן לנו תמורה.
אן עולה תמימה שנים בבת אחת.
זיי האבן דאך נאר פאר דיר טאטע ליבער געוואלט ברענגען נחת.

צו דיר טייערער טאטע און מאמע ווער קען דען ווערטער צו טרייסטן זאגן.
די האסט מיט דיין נחמי אים צו מחנך זיין על דרך הישר נישט געקוקט אויף קיין צייט, כח, געלט, קיין פלאגען.

ענדליך ווען נחת האט זיך אופן האריזאנט געטאן זעהן.
איז אזא שוידערליך אומגליק געשען.
א זין און א שניר געווארט אויף פרייליכע צייטען.
און אויף זייער לעצטע וועג טוט עטץ זיי באגלייטן.

קוים 21 יאר צוריק האט מען ענק די מתנה נחמי געטאן שענקען.
און אזוי שנעל ענקער נחמעלע ענקער קרוין ענקער אוצר׳ל צים יוצר כל אומגעקערט א קרבן געטאן ברענגען.

אוי ווער קען קען דען פאר ענק א טרייסט געבן.
נחמי איז דאך געווען ענקער לעבן.
וואס מען זאגט נאר וועט נישט און פלאץ זיין.
און איין טאג באגלייט א זון מיט א שנור קיינער קען נישט באגרייפן ענקער פיין.


איך ווייס און איך גלייב אז יש מנהיג לבירה.
אבער טאטע זיסער מי יתן לנו תמורה.
אן עולה תמימה שנים בבת אחת.
זיי האבן דאך נאר פאר דיר טאטע ליבער געוואלט ברענגען נחת.

און פאר דיר אוצר׳ל קום א תינוק בן יומו.
צו דיינע עלטערן געווען געווען א בן ראשונה-אבער ליידער אויך א בן אחרונה.
אוי האט מען אויף דיין קליינע קערפערל געטאן בעטן און האפן.
אבער די האסט מאמי געזוכט און ליידער איר שנעל געטראפן.

געהאפט און געבעטן אויף דיין לעבן מיט הופענונג און שרעק.
אבער די האסט געזאגט איך וויל פון טאטי און מאמי נישט זיין אוועק.

לך לשלום נשמלע קליינע צו דיין טאטע און מאמע מיט וועם די האסט דיך נישט געוואלט שיידן.
הנאבים והנעימים בחיים ובמותם לא נפרדו און לעכטיגן גן עדן

נחמן בן ר׳ יום טוב און רייזל בת ר׳ יצחק עטץ קומסט אויפן עולם העליון ארויף.
אונזערע זיידעס און באבע׳ס אונזערע רבי׳ס נעם צונויף.
טוט פאר זיי וויינען און שרייען.
ענקער קינדערלעך תלמידים קענען שוין נישט פארנעמען די ווייען.

פאר ענקער צובראכענע עלטערן ברודער שוועסטער זיידעס און באבעס קרובים א מלץ יושר זאלט איר זיין.
אז זיי זאלן קענען פארנעמען די ביטערע פיין.

פון אונז טוט איר זיך טאקע געזעגענען.
אבער אייער ליכטיג ארט און גן עדן טוט איר יעצט באגעגענען.

די טרערן מיט די צייט וועלן מיר באהאלטן.
אבער א פלאטץ און אונזער הארץ וועלן מיר פאר אייך אייביק האלטן.
עטץ זענטס טאקע שוין נישט דא, עטץ זענטס און א בעסער פלאץ דארט.
אבער איר האט די וועלט מיט ענקערע גוטע מעשים געמאכט א בעסערע וועלט א בעסערע ארט.

פארגעסט נישט פון די משפחה וואס וועלן אייך אייביק נישט פארגעסן.
און איר זאלט זיין פאר אינז אלע א מילץ יושר.


.

הודעהפורסם: מאנטאג מערץ 04, 2013 4:03 pm
דורך שמעקעדיג
גאלד האט געשריבן:פעך!! אזא עקלהאפטיגע פנים, קוקט אויס ווי א ראט,

לך לבוראו ואמור לו, כמה מאוס פרצוף זה...

הודעהפורסם: מאנטאג מערץ 04, 2013 4:04 pm
דורך קאך_לעפל
זר זהב האט געשריבן:קאך לעפל אויב קענסטע נישט פארנעמען הרגשים גיי צוריק אין קיטשען לעדל. שרייבסט אומגעהויערע שטותים.


ווייסט וואס איך וועל דיר זאגן? איך גיי טאקע ציריק! אנשולדיגט פארן אויסדריקן מיין מיינונג, איך האב נישט געמיינט קיינעם וויי צו טאן, איך האב געמיינט אז יעדער האט א רעכט צו האבן א מיינונג! ואתכם הסליחה

הודעהפורסם: מאנטאג מערץ 04, 2013 4:13 pm
דורך זר זהב
צו שרייבן אז איבערגעטריבענע הרגשים ברענגען קשיות אויפ'ן אייבירשטען איז מער ווי סתם א מיינונג, אבי געשאסן א סטעיטמענט און א פליק פאר די אלע גוטע שרייבערס

הודעהפורסם: מאנטאג מערץ 04, 2013 4:15 pm
דורך קאך_לעפל
זר זהב האט געשריבן:צו שרייבן אז איבערגעטריבענע הרגשים ברענגען קשיות אויפ'ן אייבירשטען איז מער ווי סתם א מיינונג, אבי געשאסן א סטעיטמענט און א פליק פאר די אלע גוטע שרייבערס


אקעי! אקעי! שריי נישט! איך בין שוין ציריק און לעדעל, און טיה מיר א גענאדע, און קריך אנידער פון מיר!

ידידך
מר קאך_לעפל

הודעהפורסם: מאנטאג מערץ 04, 2013 4:16 pm
דורך געפילטע פיש
קאך_לעפל האט געשריבן: אנשולדיגט פארן אויסדריקן מיין מיינונג, איך האב נישט געמיינט קיינעם וויי צו טאן, איך האב געמיינט אז יעדער האט א רעכט צו האבן א מיינונג! ואתכם הסליחה


יעדער האט א רעכט צו האבן א מיינונג, און יעדער האט א רעכט דיר צו זאגן זאלסט גיין פון ווי ביסט געקומען, אזוי אויך האסטו א רעכט אנצופייפן און בלייבן דא, און דו האסט אויך א רעכט צו טרעטן אויף אידיש בלוט און רייטן אויף אידן וואס קלאגן אויף די טראגישע אומגליק פון א ברודער און א שוועסטער אונזערע, און א פיצל קינד וואס האט נישט געוויסט פון קיין גוטן טאג אויף דער וועלט, און אנדערע האבן א רעכט דיר פארצוהאלטן דערפאר.

איך מיין אז איינער דארף מודיע זיין פאר אלע מקונני קינה אויפן חורבן הבית, ת"ח ות"ט, חורבן אייראפה, אז זיי זאלן זיך אפלאזן פון די פרויענישע געפיעלן, און אויפהערן מעורר זיין קושיות אויף די רבש"ע'ס דרכים.

הודעהפורסם: מאנטאג מערץ 04, 2013 4:16 pm
דורך זר זהב
איך האב נישט געשריגן איך שרייב געלאסן איבער א בעג פאפקארן און א מים חיים קאלע. און דארפסט נישט בלייבן פאר לאנג אינעם לעדל

הודעהפורסם: מאנטאג מערץ 04, 2013 4:20 pm
דורך געפילטע פיש
ראשעקאל האט געשריבן:http://www.nydailynews.com/new-york/brooklyn-baby-dies-day-parents-killed-hit-and-run-article-1.1278855

איינער שרייבט דארט אז מיטן ווארטן א טאג ווי לאנג די אלקאהאל איז ארויס פון זיין סיסטעם קען ער זיך ארויסדרייען פון מערדער טשארדזשעס ווייל ס'נישט דא קיין פרוף אז ער איז געווען שיכור בשעת מעשה. איז דאס אמת?

הודעהפורסם: מאנטאג מערץ 04, 2013 4:22 pm
דורך קאך_לעפל
געפילטע פיש האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן: אנשולדיגט פארן אויסדריקן מיין מיינונג, איך האב נישט געמיינט קיינעם וויי צו טאן, איך האב געמיינט אז יעדער האט א רעכט צו האבן א מיינונג! ואתכם הסליחה


יעדער האט א רעכט צו האבן א מיינונג, און יעדער האט א רעכט דיר צו זאגן זאלסט גיין פון ווי ביסט געקומען, אזוי אויך האסטו א רעכט אנצופייפן און בלייבן דא, און דו האסט אויך א רעכט צו טרעטן אויף אידיש בלוט און רייטן אויף אידן וואס קלאגן אויף די טראגישע אומגליק פון א ברודער און א שוועסטער אונזערע, און א פיצל קינד וואס האט נישט געוויסט פון קיין גוטן טאג אויף דער וועלט, און אנדערע האבן א רעכט דיר פארצוהאלטן דערפאר.

איך מיין אז איינער דארף מודיע זיין פאר אלע מקונני קינה אויפן חורבן הבית, ת"ח ות"ט, חורבן אייראפה, אז זיי זאלן זיך אפלאזן פון די פרויענישע געפיעלן, און אויפהערן מעורר זיין קושיות אויף די רבש"ע'ס דרכים.


יא! יא! אמת! אבער איך האב דאך שוין תשיבה געטאן און ציריק אריין און לעדעל? וואס נאך ווילט איר פון מיר? איך ווילט דאווקא אז איך זאל טרויערען אויף דער יונגע קאפל וואס איז נעבאך נפטר געווארן, אזוי ווי מיין ווייב? וועה..... זיי זענען דאך געווען אזוי קיוט...... וועה...... זיי זענען דאך אזוי אים שילדיג...... וועה........... פאר האט דאס דער אייבישטער געטאן פאר זיי...... וועה....

איצט זענט איר שוין צו פרידען?

פיין, לאזט מיר זיצען באקוועם און לעדעל!

הודעהפורסם: מאנטאג מערץ 04, 2013 4:23 pm
דורך זר זהב
געפילטע פיש האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:http://www.nydailynews.com/new-york/brooklyn-baby-dies-day-parents-killed-hit-and-run-article-1.1278855

איינער שרייבט דארט אז מיטן ווארטן א טאג ווי לאנג די אלקאהאל איז ארויס פון זיין סיסטעם קען ער זיך ארויסדרייען פון מערדער טשארדזשעס ווייל ס'נישט דא קיין פרוף אז ער איז געווען שיכור בשעת מעשה. איז דאס אמת?

ס'שטימט מיט דעם

http://www.vosizneias.com/125496/2013/0 ... uber-case/

און די פאךיציי זאגט יעצט אז דער דרייווער האט שוין א פרייאר אררעסט פאר דראנק דרייווינג

הודעהפורסם: מאנטאג מערץ 04, 2013 4:24 pm
דורך זר זהב
קאך_לעפל האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן: אנשולדיגט פארן אויסדריקן מיין מיינונג, איך האב נישט געמיינט קיינעם וויי צו טאן, איך האב געמיינט אז יעדער האט א רעכט צו האבן א מיינונג! ואתכם הסליחה


יעדער האט א רעכט צו האבן א מיינונג, און יעדער האט א רעכט דיר צו זאגן זאלסט גיין פון ווי ביסט געקומען, אזוי אויך האסטו א רעכט אנצופייפן און בלייבן דא, און דו האסט אויך א רעכט צו טרעטן אויף אידיש בלוט און רייטן אויף אידן וואס קלאגן אויף די טראגישע אומגליק פון א ברודער און א שוועסטער אונזערע, און א פיצל קינד וואס האט נישט געוויסט פון קיין גוטן טאג אויף דער וועלט, און אנדערע האבן א רעכט דיר פארצוהאלטן דערפאר.

איך מיין אז איינער דארף מודיע זיין פאר אלע מקונני קינה אויפן חורבן הבית, ת"ח ות"ט, חורבן אייראפה, אז זיי זאלן זיך אפלאזן פון די פרויענישע געפיעלן, און אויפהערן מעורר זיין קושיות אויף די רבש"ע'ס דרכים.


יא! יא! אמת! אבער איך האב דאך שוין תשיבה געטאן און ציריק אריין און לעדעל? וואס נאך ווילט איר פון מיר? איך ווילט דאווקא אז איך זאל טרויערען אויף דער יונגע קאפל וואס איז נעבאך נפטר געווארן, אזוי ווי מיין ווייב? וועה..... זיי זענען דאך געווען אזוי קיוט...... וועה...... זיי זענען דאך אזוי אים שילדיג...... וועה........... פאר האט דאס דער אייבישטער געטאן פאר זיי...... וועה....

איצט זענט איר שוין צו פרידען?

פיין, לאזט מיר זיצען באקוועם און לעדעל!

יא אבער בשעת'ן תשובה טון האסטע געטון א קליינע עוולה, נעמליך "האסט געמיינט אז יעדער מעג האבן א מיינונג" האט מען דיר געדארפט פאררעכטן אז דו האסט גוט געמיינט. יעצט צוריק צום לעדל....

הודעהפורסם: מאנטאג מערץ 04, 2013 4:30 pm
דורך גאלד
שמעקעדיג האט געשריבן:
גאלד האט געשריבן:פעך!! אזא עקלהאפטיגע פנים, קוקט אויס ווי א ראט,

לך לבוראו ואמור לו, כמה מאוס פרצוף זה...


דער זוהר זאגט אז א חוטא פארלירט די פרצוף אנושי און טוישט זיך צו א בהמה
דער אפטער רב האט אמאל געהייסן ארויספירן א אייזל פון שטוב באציענדיג צו א חוטא, ער האט געזאגט אז ער זעהט נישט קיין מענטש

הודעהפורסם: מאנטאג מערץ 04, 2013 4:32 pm
דורך געפילטע פיש
קאך_לעפל האט געשריבן:יא! יא! אמת! אבער איך האב דאך שוין תשיבה געטאן און ציריק אריין און לעדעל? וואס נאך ווילט איר פון מיר? איך ווילט דאווקא אז איך זאל טרויערען אויף דער יונגע קאפל וואס איז נעבאך נפטר געווארן, אזוי ווי מיין ווייב? וועה..... זיי זענען דאך געווען אזוי קיוט...... וועה...... זיי זענען דאך אזוי אים שילדיג...... וועה........... פאר האט דאס דער אייבישטער געטאן פאר זיי...... וועה....

איצט זענט איר שוין צו פרידען?

פיין, לאזט מיר זיצען באקוועם און לעדעל!


זְכוֹר ה' מֶה הָיָה לָנוּ אוֹי. הַבִּיטָה וּרְאֵה אֶת חֶרְפָּתֵנוּ. אוֹי מֶה הָיָה לָנוּ:
נַחֲלָתֵנוּ נֶהֶפְכָה לְזָרִים אוֹי. בָּתֵּינוּ לְנָכְרִים. אוֹי מֶה הָיָה לָנוּ:
יְתוֹמִים הָיִינוּ וְאֵין אָב אוֹי. אִמּוֹתֵינוּ מְקוֹנְנוֹת בְּחֹדֶשׁ אָב. אוֹי מֶה הָיָה לָנוּ:
מֵימֵינוּ בְּכֶסֶף שָׁתִינוּ אוֹי. כִּי נִסּוּךְ הַמַּיִם בָּזִינוּ. אוֹי מֶה הָיָה לָנוּ:


סאונדס פאמיליער?

קיינער האט דיר נישט געבעטן צו וויינען, אבער דיין אומסענסעטיווקייט צו אנדערענ'ס געפיעלן גרייכט צו פאטאלאגישע לעוועלס.

הודעהפורסם: מאנטאג מערץ 04, 2013 4:41 pm
דורך קופערניקוס
רבותי, בארוהיגט אייך אידן!
יעדער איינער באטראכט טראגעדיעס אנדערש, און עס גייט שוין אויף די נערווען אז שטארק געפילישע מענטשן טוישן זיך אין צייטן פון טראגעדיעס און שעלטן מיט ווילדקייט די מענטשן וואס נעמען אן טראגעדיעס מער קיל.
אפשר דארף מען מאכן א נייע אונטערשריפט וואס ווען איינער איז זייער סענסיטיוו און פארשוואנגערט מיט געפיל זאל ער אויפהענגען א צעטיל "דא נאט דיסטערב, כאן מקוננים".
עס איז נישט אייביג פשט אז דער מקונן איז מער אוהב ישראל ווי דער וואס קומט ווי א קילער אויבער-חכם און זאגט אז עס איז פרויענישער געפילן, ניין. עס קען זיין אז ער איז פונקט אזא אוהב ישראל, נאר האט א מער ניכטערן בליק אויף טראגעדיעס, ער ווייסט וואס פארעסט גאמפ זצ"ל זאגט בחכמתו "שיט העפאנס" און עס פעלט ביי אים די עלעמענט פון סורפרייז, אבער מען טאר נישט ווערן ווילד. דערקוויק דיר אין דיין ווייטאג, און זיי נישט בייז אויף איינעם וואס נעמט עס קיל.
פארשטייט זיך אז די רוף איז נאך מער צו די אנדערע זייט: זיי נישט קיין טיפש, ווען יענער איז אנגעווייטאגט און צובראכן שטיי נישט און לאך נישט ווי א נאר, קום נישט אריין מיט א קלאון-היטל אין א בית אבל.
מיר זעען דאס דא, און די זעלבע ביי וועבערמאן, מענטשן וואס לענגאויס די סומאטאכע זענען זיי געווען אויף זיין צד שכנגדו, האבן באוויינט די איבערגעטריבענע פסק וואס הרגעט אים זיין גאנץ לעבן. געוויסע קילע חברה זענען געבליבן די זעלבע הארט-הארציג, אין שכל אריין קען זיין אז מען קען זיי דן זיין לכף זכות, אבער עס איז אוממענטשליך, א מענטש דארף מיטוויינען און נישט לאכן אין פארווייטאגטע פנימער אריין.
און יא, עס איז פרויעניש, מיר אלע מענטשן זענען פרויעניש. אין יעדע טראגעדיע אז די וועסט אריינגיין זייער טיף און עס אנקוקן לילקע-ציביך'יש איז נישטא וואס צו וויינען. אויף וואס וויינסטו? אויף א מענטש, וואס איז א מענטש? די נשמה איז דאך ארויף, און בעצם האט דאך דער מענטש געהאט אויף זיך א טעג מיט א געוויסע אמאונט יארן וואס איז אים געווען באשערט, נאר די האסטו עס פשוט נישט געוויסט... וכו', ער וואלט עניוועי געשטארבן, שוין געשטארבן אביסל פריער.... אויף די בעיבי? אויב וואלט זי נאר געווען דריי חדשים וואלסטו אויך געוויינט? און אויב אכציג? סאו אויף וואס וויינסטו? אויף די יארן, און ביי וויפיל מענטשן גייען סתם אזוי די יארן אין גארבעדזש, טראץ וואס אויף די בוקס הייסט עס געלעבט. און אזוי קען מען פילאזאפירן און לאכן דעם מלאך המוות אין פנים, אבער למעשה איז טפשות צו טון אזוי,
איך וויין ווייל איך האב א הארץ, נישט דער פילאסאף אין מיר וויינט, נאר די פרוי אין מיר.
און די אלע וואס ווערן ווילד אויף ווער עס רעדט יעצט וועגן טראפיק לייטס, יא, שכליות'דיג איז טראפיק לייטס, קארס, סעיפטי והמסתעף די פאסיגסטע נושא צו בארירן, אבער משום איזה סיבה שהוא ווילן אבלים רעדן רומאנטיש וועגן גאט וואס איז אראפגעקומען קלויבן בלימעלעך... קרבן ציבור וכדומה, און מען דארף באמת לאזן בשעה שמתו מוטל לפניו צו רעדן די דאזיגע שפראך.
אני כשלעצמי ווער נישט בייז ווען איינער נעמט זיך יעצט פילאזאפירן איבער טויט, רעדן איבער טראפיק, קריטיקירן קול מבשר אדער פארדאמען די סיסטעם פאר עפעס אין די לויה וואס געפעלט אים נישט ; אבער אלס חבר הקהלה פון מענטשן וואס זענען בצער און האבן ליב זיך אריינקוועטשן אינעם צער דאכענע ביז איבערן קאפ, האב איך געשריבן א הארציגן פאעם, וממנו ילמדו וכן יעשו.

הודעהפורסם: מאנטאג מערץ 04, 2013 4:44 pm
דורך יידל
גאלד האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:
גאלד האט געשריבן:פעך!! אזא עקלהאפטיגע פנים, קוקט אויס ווי א ראט,

לך לבוראו ואמור לו, כמה מאוס פרצוף זה...


דער זוהר זאגט אז א חוטא פארלירט די פרצוף אנושי און טוישט זיך צו א בהמה
דער אפטער רב האט אמאל געהייסן ארויספירן א אייזל פון שטוב באציענדיג צו א חוטא, ער האט געזאגט אז ער זעהט נישט קיין מענטש

וואס איז זיין חטא? אז ער האט געספיד איבערן לימיט? ווער פון אונז קען זאגן אז ער האט נאך נישט חוטא געווען מיט דעם חטא? (דאס נעטט נישט אוועק פון דאס אז מגלגלין חוב ע"י חייב)

אגב, כ'בין נאך נישט קלאר מיט די מעשה, מיר זעט אויס אז דער קאר סערוויס דרייווער איז פונקט אזוי שולדיג, אבער כ'בין זיך מעגליך טועה.

הודעהפורסם: מאנטאג מערץ 04, 2013 4:44 pm
דורך קאך_לעפל
געפילטע פיש האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:יא! יא! אמת! אבער איך האב דאך שוין תשיבה געטאן און ציריק אריין און לעדעל? וואס נאך ווילט איר פון מיר? איך ווילט דאווקא אז איך זאל טרויערען אויף דער יונגע קאפל וואס איז נעבאך נפטר געווארן, אזוי ווי מיין ווייב? וועה..... זיי זענען דאך געווען אזוי קיוט...... וועה...... זיי זענען דאך אזוי אים שילדיג...... וועה........... פאר האט דאס דער אייבישטער געטאן פאר זיי...... וועה....

איצט זענט איר שוין צו פרידען?

פיין, לאזט מיר זיצען באקוועם און לעדעל!


זְכוֹר יְיָ מֶה הָיָה לָנוּ אוֹי. הַבִּיטָה וּרְאֵה אֶת חֶרְפָּתֵנוּ. אוֹי מֶה הָיָה לָנוּ:
נַחֲלָתֵנוּ נֶהֶפְכָה לְזָרִים אוֹי. בָּתֵּינוּ לְנָכְרִים. אוֹי מֶה הָיָה לָנוּ:
יְתוֹמִים הָיִינוּ וְאֵין אָב אוֹי. אִמּוֹתֵינוּ מְקוֹנְנוֹת בְּחֹדֶשׁ אָב. אוֹי מֶה הָיָה לָנוּ:
מֵימֵינוּ בְּכֶסֶף שָׁתִינוּ אוֹי. כִּי נִסּוּךְ הַמַּיִם בָּזִינוּ. אוֹי מֶה הָיָה לָנוּ:

סאונדס פאמיליער?

קיינער האט דיר נישט געבעטן צו וויינען, אבער דיין אומסענסעטיווקייט צו אנדערענט געפיעלן גרייכט צו פאטאלאגישע לעוועלס.


אזוי פון לעדל ארויס וועל דיר איצט איינמאהל ענפערן,

א אמת'ע ערליכע יוד, וואס איז אויסגעבויעט און יודישקייט, וואלט ריאגירט אויף דעם ביטרן אימגליק וואו פאלגענד:

הייליגע באשעפער מיר האבן פאר דיר געזינדיגט, מיר האבן און גאנצען מסיח דעת געווען, פון דעם אז די הייליגע שכינה איז שוין און גלות פון ג''א תתכ''ח ביזן היינטיגען טאג, און די שכינה וויינט יעדן טאג וואס זי איז און גלות, און אלע צרות אויף יודן קימען נאר וועגן די צער פון די הייליגע שכינה, און מיר האבן צילוב טרדות הזמן, וטרדות הפרנסה פארגעסן דערפון, דעריבער האסטו אונז געשיקט די ביטערן טראגעדישען אומגליק, און פרייצייטיג פארשניטן א יודישע פארמיליע, אונז אויף צו וועקן,

הייליגע באשעפער, פון היינט אן וועלן מיר שוין נישט פארגעסען פון די צער פון די הייליגע שכינה, און מיר בעטען דיר, שיק אונז נישט אזעלכע טרויערדיגע דערמאנינגען!

אזוי האבן ערליכע יודן געטון נאכן הערן דעם אומגליק,

אבער מאנכע שרייבער'ס דא, זענען ערשט נתעורר געווארן נאכן זען דעם שיינעם בילד פון דעם פארפאלק, וד''ל, ודו''ק, ותשכ''ח,

הודעהפורסם: מאנטאג מערץ 04, 2013 4:45 pm
דורך קופערניקוס
קופערניקוס האט געשריבן:רבותי, בארוהיגט אייך אידן!
יעדער איינער באטראכט טראגעדיעס אנדערש, און עס גייט שוין אויף די נערווען אז שטארק געפילישע מענטשן טוישן זיך אין צייטן פון טראגעדיעס און שעלטן מיט ווילדקייט די מענטשן וואס נעמען אן טראגעדיעס מער קיל.
אפשר דארף מען מאכן א נייע אונטערשריפט וואס ווען איינער איז זייער סענסיטיוו און פארשוואנגערט מיט געפיל זאל ער אויפהענגען א צעטיל "דא נאט דיסטערב, כאן מקוננים".
עס איז נישט אייביג פשט אז דער מקונן איז מער אוהב ישראל ווי דער וואס קומט ווי א קילער אויבער-חכם און זאגט אז עס איז פרויענישער געפילן, ניין. עס קען זיין אז ער איז פונקט אזא אוהב ישראל, נאר האט א מער ניכטערן בליק אויף טראגעדיעס, ער ווייסט וואס פארעסט גאמפ זצ"ל זאגט בחכמתו "שיט העפאנס" און עס פעלט ביי אים די עלעמענט פון סורפרייז, אבער מען טאר נישט ווערן ווילד. דערקוויק דיר אין דיין ווייטאג, און זיי נישט בייז אויף איינעם וואס נעמט עס קיל.
פארשטייט זיך אז די רוף איז נאך מער צו די אנדערע זייט: זיי נישט קיין טיפש, ווען יענער איז אנגעווייטאגט און צובראכן שטיי נישט און לאך נישט ווי א נאר, קום נישט אריין מיט א קלאון-היטל אין א בית אבל.
מיר זעען דאס דא, און די זעלבע ביי וועבערמאן, מענטשן וואס לענגאויס די סומאטאכע זענען זיי געווען אויף זיין צד שכנגדו, האבן באוויינט די איבערגעטריבענע פסק וואס הרגעט אים זיין גאנץ לעבן. געוויסע קילע חברה זענען געבליבן די זעלבע הארט-הארציג, אין שכל אריין קען זיין אז מען קען זיי דן זיין לכף זכות, אבער עס איז אוממענטשליך, א מענטש דארף מיטוויינען און נישט לאכן אין פארווייטאגטע פנימער אריין.
און יא, עס איז פרויעניש, מיר אלע מענטשן זענען פרויעניש. אין יעדע טראגעדיע אז די וועסט אריינגיין זייער טיף און עס אנקוקן לילקע-ציביך'יש איז נישטא וואס צו וויינען. אויף וואס וויינסטו? אויף א מענטש, וואס איז א מענטש? די נשמה איז דאך ארויף, און בעצם האט דאך דער מענטש געהאט אויף זיך א טעג מיט א געוויסע אמאונט יארן וואס איז אים געווען באשערט, נאר די האסטו עס פשוט נישט געוויסט... וכו', ער וואלט עניוועי געשטארבן, שוין געשטארבן אביסל פריער.... אויף די בעיבי? אויב וואלט זי נאר געווען דריי חדשים וואלסטו אויך געוויינט? און אויב אכציג? סאו אויף וואס וויינסטו? אויף די יארן, און ביי וויפיל מענטשן גייען סתם אזוי די יארן אין גארבעדזש, טראץ וואס אויף די בוקס הייסט עס געלעבט. און אזוי קען מען פילאזאפירן און לאכן דעם מלאך המוות אין פנים, אבער למעשה איז טפשות צו טון אזוי,
איך וויין ווייל איך האב א הארץ, נישט דער פילאסאף אין מיר וויינט, נאר די פרוי אין מיר.
און די אלע וואס ווערן ווילד אויף ווער עס רעדט יעצט וועגן טראפיק לייטס, יא, שכליות'דיג איז טראפיק לייטס, קארס, סעיפטי והמסתעף די פאסיגסטע נושא צו בארירן, אבער משום איזה סיבה שהוא ווילן אבלים רעדן רומאנטיש וועגן גאט וואס איז אראפגעקומען קלויבן בלימעלעך... קרבן ציבור וכדומה, און מען דארף באמת לאזן בשעה שמתו מוטל לפניו צו רעדן די דאזיגע שפראך.
אני כשלעצמי ווער נישט בייז ווען איינער נעמט זיך יעצט פילאזאפירן איבער טויט, רעדן איבער טראפיק, קריטיקירן קול מבשר אדער פארדאמען די סיסטעם פאר עפעס אין די לויה וואס געפעלט אים נישט ; אבער אלס חבר הקהלה פון מענטשן וואס זענען בצער און האבן ליב זיך אריינקוועטשן אינעם צער דאכענע ביז איבערן קאפ, האב איך געשריבן א הארציגן פאעם, וממנו ילמדו וכן יעשו.

הודעהפורסם: מאנטאג מערץ 04, 2013 4:51 pm
דורך גאלד
יידל האט געשריבן:
גאלד האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:
גאלד האט געשריבן:פעך!! אזא עקלהאפטיגע פנים, קוקט אויס ווי א ראט,

לך לבוראו ואמור לו, כמה מאוס פרצוף זה...


דער זוהר זאגט אז א חוטא פארלירט די פרצוף אנושי און טוישט זיך צו א בהמה
דער אפטער רב האט אמאל געהייסן ארויספירן א אייזל פון שטוב באציענדיג צו א חוטא, ער האט געזאגט אז ער זעהט נישט קיין מענטש

וואס איז זיין חטא? אז ער האט געספיד איבערן לימיט? ווער פון אונז קען זאגן אז ער האט נאך נישט חוטא געווען מיט דעם חטא? (דאס נעטט נישט אוועק פון דאס אז מגלגלין חוב ע"י חייב)

אגב, כ'בין נאך נישט קלאר מיט די מעשה, מיר זעט אויס אז דער קאר סערוויס דרייווער איז פונקט אזוי שולדיג, אבער כ'בין זיך מעגליך טועה.



סקראלל נאכאמאל ארויף צום בילד באטראכט גוט דעם פנים, די נאז, די פימפלס, די מויל, אלעס, זאג מיר נישט אז די זעהסט נישט א דורכגעפוילטער חוטא,

הודעהפורסם: מאנטאג מערץ 04, 2013 4:53 pm
דורך חד גדיא
יידל האט געשריבן:וואס איז זיין חטא? אז ער האט געספיד איבערן לימיט? ווער פון אונז קען זאגן אז ער האט נאך נישט חוטא געווען מיט דעם חטא? (דאס נעמט נישט אוועק פון דאס אז מגלגלין חוב ע"י חייב)

אגב, כ'בין נאך נישט קלאר מיט די מעשה, מיר זעט אויס אז דער קאר סערוויס דרייווער איז פונקט אזוי שולדיג, אבער כ'בין זיך מעגליך טועה.

קיינער ווייסט נישט אויב דער קאר סערוויס דרייווער האט געפעסט א סטאפ סיין. דער דרייווער אליינס געדענקט נישט.
דער מערדער איז אבער זיכער געפארן גאר גאר שנעל