יונג פארפאלק אומגעקומען אין שרעקליכע וויליאמסבורג טראגעדיע

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

הודעהדורך קופערניקוס » מאנטאג מערץ 04, 2013 4:54 pm

גאלד האט געשריבן:סקראלל נאכאמאל ארויף צום בילד באטראכט גוט דעם פנים, די נאז, די פימפלס, די מויל, אלעס, זאג מיר נישט אז די זעהסט נישט א דורכגעפוילטער חוטא


ער זעהט גראדע אויס ענדליך צו רבי מאטל סלאנימער.


סארי, אפשר די צוגלייך ברענגט דיר טשילס, אבער וואסארא טפשות איז דאס? אפשאצן א מענטש לויט זיין פימפעלס.
קופערניקוס
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1369
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 9:24 pm
האט שוין געלייקט: 2953 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4196 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מאנטאג מערץ 04, 2013 5:00 pm

@קופערניקעס, אפשר נעמסטו ארויס דיין לאנגע תגובה און שרייבסט עס א וואך שפעטער, נאך די שבעה?
און בכלל, האט מען דא קלאר געזאגט אז יעדער מעג האבן א מיינונג, אבער די אלע וואס קומען מיט הימלישע אויסרופן וואס גאט וויל יא און וויל נישט, און מאכט חוזק אז די קינות ברענגען ספיקות אין די אמונה ח"ו, דאס איז אביסל ווי א קלאוני אין בית האבל (כלשונך), נישט אזוי?

@קאך לעפל אין לעדל, דו שרייבסט פיין, אבער כ'גלייב אז דו ביסט פשוט געווארן אויפגעצויגן זייער נעגאטיוו. האלטסט טאקע אז דער אויבערשטער וואס פאקט אונז אן מיט דאגות וטירדות ביז איבערן קאפ, מיט אזויפיל נסיונות קשים, און טראץ דעם מיר האלטן זיך געטריי צו די אמונה טהורה, איז אזוי ברוגז אז מיר פארגעסן נאך טויזענטער יארן באמת צו טרויערן אויפן צער השכינה, אזש ער ברויך אונז אזא קאפע טאן? און צווישן אונז גערעדט, וועט עס דען העלפן? ליידער וויינט מען אויף די נשמה'לעך, נישט אויף צער השכינה. איך גלייב נישט אז ער עקספעקט עס פון אונז אפילו, אין הקב"ה בא בטרוניא עם בריותיו, פארוואס ווילסטו פליען גילטי אויף א זאך, נאר ווייל אונזערע גדולים האבן דאס געטון לגודל צדקתם? מיר זענען דאך טיף אין די אדמה, מיר האלטן דאך אין א זמן וואס צדיקים האבן געזאגט אז דער אויבערשטער וועט זיין העכסט צופרידן אז א איד קומט לכה"פ אריין אין ביהמ"ד און זאגט שמע ישראל, האט ער נישט געטראפן וואס צו טון, נאר אונז אזוי צו שמייסן פארדעם? דו ביסט צו נעגאטיוו. פארגעס נישט ער איז אונזער באליבטער טאטע. ס'איז טיפער ווי דעם, נישט אלעס פארשטייען מיר. עכ"פ דאס איז מיין דעה בינה והשכל.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15138
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17860 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18149 מאל

הודעהדורך קופערניקוס » מאנטאג מערץ 04, 2013 5:07 pm

@שמעקעדיג. וואס וועט די נאך פינף טאג טוישן? איך פלאן צו טרויערן נאך די משפחה אויף אייביג. צייט וועט זיי נישט העלפן. נארוואס? איך קען יעצט אויך טראכטן ניכטער, און בעטן אז קיינער זאל נישט זיין דזשאדזש-מענטאל און נישט די אויבערחכמים זאלן שרייבן "עזרת נשים" און נישט אז די אבלים זאלן זיי יעצט צוזאמענשעלטן טויטע קללות.
קופערניקוס
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1369
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 9:24 pm
האט שוין געלייקט: 2953 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4196 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » מאנטאג מערץ 04, 2013 5:19 pm

קופערניקוס האט געשריבן:רבותי, בארוהיגט אייך אידן!...


עס איז נישט אייביג פשט אז דער מקונן איז מער אוהב ישראל ווי דער וואס קומט ווי א קילער אויבער-חכם און זאגט אז עס איז פרויענישער געפילן, ניין. עס קען זיין אז ער איז פונקט אזא אוהב ישראל, נאר האט א מער ניכטערן בליק אויף טראגעדיעס, ער ווייסט וואס פארעסט גאמפ זצ"ל זאגט בחכמתו "שיט העפאנס" און עס פעלט ביי אים די עלעמענט פון סורפרייז, אבער מען טאר נישט ווערן ווילד. דערקוויק דיר אין דיין ווייטאג, און זיי נישט בייז אויף איינעם וואס נעמט עס קיל.

קיינער איז נישט בייז אויף איינער וואס נעמט עס אן קיהל, נאר אויף איינער וואס איז בייז אויף איינער וואס נעמט עס נישט אן קיהל.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6943
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5486 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7524 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג מערץ 04, 2013 5:20 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:@קופערניקעס, אפשר נעמסטו ארויס דיין לאנגע תגובה און שרייבסט עס א וואך שפעטער, נאך די שבעה?
און בכלל, האט מען דא קלאר געזאגט אז יעדער מעג האבן א מיינונג, אבער די אלע וואס קומען מיט הימלישע אויסרופן וואס גאט וויל יא און וויל נישט, און מאכט חוזק אז די קינות ברענגען ספיקות אין די אמונה ח"ו, דאס איז אביסל ווי א קלאוני אין בית האבל (כלשונך), נישט אזוי?

@קאך לעפל אין לעדל, דו שרייבסט פיין, אבער כ'גלייב אז דו ביסט פשוט געווארן אויפגעצויגן זייער נעגאטיוו. האלטסט טאקע אז דער אויבערשטער וואס פאקט אונז אן מיט דאגות וטירדות ביז איבערן קאפ, מיט אזויפיל נסיונות קשים, און טראץ דעם מיר האלטן זיך געטריי צו די אמונה טהורה, איז אזוי ברוגז אז מיר פארגעסן נאך טויזענטער יארן באמת צו טרויערן אויפן צער השכינה, אזש ער ברויך אונז אזא קאפע טאן? און צווישן אונז גערעדט, וועט עס דען העלפן? ליידער וויינט מען אויף די נשמה'לעך, נישט אויף צער השכינה. איך גלייב נישט אז ער עקספעקט עס פון אונז אפילו, אין הקב"ה בא בטרוניא עם בריותיו, פארוואס ווילסטו פליען גילטי אויף א זאך, נאר ווייל אונזערע גדולים האבן דאס געטון לגודל צדקתם? מיר זענען דאך טיף אין די אדמה, מיר האלטן דאך אין א זמן וואס צדיקים האבן געזאגט אז דער אויבערשטער וועט זיין העכסט צופרידן אז א איד קומט לכה"פ אריין אין ביהמ"ד און זאגט שמע ישראל, האט ער נישט געטראפן וואס צו טון, נאר אונז אזוי צו שמייסן פארדעם? דו ביסט צו נעגאטיוו. פארגעס נישט ער איז אונזער באליבטער טאטע. ס'איז טיפער ווי דעם, נישט אלעס פארשטייען מיר. עכ"פ דאס איז מיין דעה בינה והשכל.


הוא אשר דברתי!

קיין ווארט נישט מער! רח''ל

דער שמעקעדיק פראווט נאר מיין פאוינט, מער און מער! באשעפער! די נאכווייען זענען נאך ערגער וואו דער אימגליק אליינסט!
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 180 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1984 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מאנטאג מערץ 04, 2013 5:47 pm

מה החרי האף הגדול הזה?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15138
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17860 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18149 מאל

הודעהדורך קופערניקוס » מאנטאג מערץ 04, 2013 5:49 pm

פאר די סומאטאכע דא וואקסט, לאזט דא די זאך רוהיג, גייט און שפאצירט ארום אין אנדערע אשכולות, וכן אעשה גם אנכי, וממני ילמדו יקירי אנ"ש וכן יעשו.
קופערניקוס
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1369
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 9:24 pm
האט שוין געלייקט: 2953 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4196 מאל

הודעהדורך אויס מענטש » מאנטאג מערץ 04, 2013 6:01 pm

שיסט מיר נישט!
אבער איך פארשטיי אביסל וואס איחוד האט געשריבן
זעהסט א קאפעל שפאצירען אין די גאס, ווינטש זיי אהן, נישט הויך, נאר שטיל, אז דער אויבערשטער זאל זיי געבען ברכות נחת און לעבען, ווער נישט א צורידערטער פרומאק וואס ווען ער זעהט א קאפעל קיצלען אים די הויזען און שעלט פארוואס זיי גייען צוזאמען.

נאך די ווערטער פון קאך לעפל
אבער מאנכע שרייבער'ס דא, זענען ערשט נתעורר געווארן נאכן זען דעם שיינעם בילד פון דעם פארפאלק, וד''ל, ודו''ק, ותשכ''ח,

קאך לעפל האסט גורם געווען איך זאל זיך אויסדרוקן מיאוס אויף דיר. וד"ל ודו"ק ותשכ"ח
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
אויס מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 826
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 294 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 629 מאל

הודעהדורך יידל » מאנטאג מערץ 04, 2013 6:02 pm

גאלד האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:
גאלד האט געשריבן:דער זוהר זאגט אז א חוטא פארלירט די פרצוף אנושי און טוישט זיך צו א בהמה
דער אפטער רב האט אמאל געהייסן ארויספירן א אייזל פון שטוב באציענדיג צו א חוטא, ער האט געזאגט אז ער זעהט נישט קיין מענטש

וואס איז זיין חטא? אז ער האט געספיד איבערן לימיט? ווער פון אונז קען זאגן אז ער האט נאך נישט חוטא געווען מיט דעם חטא? (דאס נעטט נישט אוועק פון דאס אז מגלגלין חוב ע"י חייב)

אגב, כ'בין נאך נישט קלאר מיט די מעשה, מיר זעט אויס אז דער קאר סערוויס דרייווער איז פונקט אזוי שולדיג, אבער כ'בין זיך מעגליך טועה.



סקראלל נאכאמאל ארויף צום בילד באטראכט גוט דעם פנים, די נאז, די פימפלס, די מויל, אלעס, זאג מיר נישט אז די זעהסט נישט א דורכגעפוילטער חוטא,

נו, גוט, וועלכע גוי איז דען נישט א דורגעפוילטער חוטא?... ;)
חד גדיא האט געשריבן:דער מערדער איז אבער זיכער געפארן גאר גאר שנעל


אויב איז ער א מערדער פארן פארן גאר גאר שנעל, דאן איז איעדער וואס פארט גאר גאר שנעל א פאטענציאלע מערדער.
וויפיל אידן פארן גאר גאר שנעל? פאטענציאלע עוברי לא תרצח!
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4382 מאל

הודעהדורך אויס מענטש » מאנטאג מערץ 04, 2013 6:08 pm

עס ווירבלן אין מיר געדאנקען אבער איך בין נישט בכוח עס צו ארויס ברענגען מכוח אל הפועל
איך וועל נאר אביסל איבערגעבן פון די לוי' אין מאנסי ווי איך זעה האט איז עס נאכנישט באריכטעט
די לוי' אין מאנסי איז געווען מוראדיג
דער טאטע יומטי האט מיטגענומען דעם עולם אויף א כוואליע פון בכיות נוראות,
דער פרייוועט רבי ר' יואל ברוין האט גערעדט פשוט און געשניטן שטיקער
דער עולם איז געווען איין שטיק אבילות און פיין
ר' משה מנחם טירנויער דומ"ץ סאטמאר מאנטריאל, האט גערעדט באראווער רבי ראש ישיבת נר התורה ווי נחמי האט געלערנט, אין די יונגע יארן, האט גאר שטארק גערעדט
אב"ד סאטמאר מאנסי האט גערעדט, און דאן א שוואגער פון יום טוב גלויבער שאלאמאן האט אויך פיין גערעדט
יומטי האט ממש עס נישט דורכגעטראגן די ידידם און גוטע פריינט האבן געהאלטן ביי די זייטן און פרובירט צו האלטן ווי נאר מעגליך
זאל שוין מקויים ווערן דער ומחה ה' דמעה מעל כל פנים ובא לציון גואל.
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
אויס מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 826
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 294 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 629 מאל

הודעהדורך למדן » מאנטאג מערץ 04, 2013 6:23 pm

60 מייל א שעה איז בכלל נישט גאר גאר שנעל אויף קענט עוו (אין פארגלייך צו אנדערע דרייווערס,טרעלעירס פארן נישט שטייטער דארט)
און אפילו נאכן סטאפן ביי די סטאפ סיין דארף מען האבן סיעתאדשמיא צו זעהן אז א קאר קומט (פאר ווער עס קען די אינטערסעקשאן)
ובפרט אויב איז ער געקומען 60 מייל א שעה איז ער דאך געווען היבש ווייט
באניצער אוואטאר
למדן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 507
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 6:40 pm
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 218 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » מאנטאג מערץ 04, 2013 8:41 pm

יעצט זעה איך א רעפארט אז די פאליציי האט צוריקגעצויגען אז עס איז אויך געווען א פרוי מיט די דרייווער פון די בי עם דאבעליא. זיי זאגען אז ער איז געוועהן אליינס
http://www.latimes.com/news/nation/nati ... 7011.story
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5431 מאל

הודעהדורך יתרו » מאנטאג מערץ 04, 2013 8:47 pm

קופערניקוס האט געשריבן:רבותי, בארוהיגט אייך אידן!
יעדער איינער באטראכט טראגעדיעס אנדערש, און עס גייט שוין אויף די נערווען אז שטארק געפילישע מענטשן טוישן זיך אין צייטן פון טראגעדיעס און שעלטן מיט ווילדקייט די מענטשן וואס נעמען אן טראגעדיעס מער קיל.
אפשר דארף מען מאכן א נייע אונטערשריפט וואס ווען איינער איז זייער סענסיטיוו און פארשוואנגערט מיט געפיל זאל ער אויפהענגען א צעטיל "דא נאט דיסטערב, כאן מקוננים".
עס איז נישט אייביג פשט אז דער מקונן איז מער אוהב ישראל ווי דער וואס קומט ווי א קילער אויבער-חכם און זאגט אז עס איז פרויענישער געפילן, ניין. עס קען זיין אז ער איז פונקט אזא אוהב ישראל, נאר האט א מער ניכטערן בליק אויף טראגעדיעס, ער ווייסט וואס פארעסט גאמפ זצ"ל זאגט בחכמתו "שיט העפאנס" און עס פעלט ביי אים די עלעמענט פון סורפרייז, אבער מען טאר נישט ווערן ווילד. דערקוויק דיר אין דיין ווייטאג, און זיי נישט בייז אויף איינעם וואס נעמט עס קיל.
פארשטייט זיך אז די רוף איז נאך מער צו די אנדערע זייט: זיי נישט קיין טיפש, ווען יענער איז אנגעווייטאגט און צובראכן שטיי נישט און לאך נישט ווי א נאר, קום נישט אריין מיט א קלאון-היטל אין א בית אבל.
מיר זעען דאס דא, און די זעלבע ביי וועבערמאן, מענטשן וואס לענגאויס די סומאטאכע זענען זיי געווען אויף זיין צד שכנגדו, האבן באוויינט די איבערגעטריבענע פסק וואס הרגעט אים זיין גאנץ לעבן. געוויסע קילע חברה זענען געבליבן די זעלבע הארט-הארציג, אין שכל אריין קען זיין אז מען קען זיי דן זיין לכף זכות, אבער עס איז אוממענטשליך, א מענטש דארף מיטוויינען און נישט לאכן אין פארווייטאגטע פנימער אריין.
און יא, עס איז פרויעניש, מיר אלע מענטשן זענען פרויעניש. אין יעדע טראגעדיע אז די וועסט אריינגיין זייער טיף און עס אנקוקן לילקע-ציביך'יש איז נישטא וואס צו וויינען. אויף וואס וויינסטו? אויף א מענטש, וואס איז א מענטש? די נשמה איז דאך ארויף, און בעצם האט דאך דער מענטש געהאט אויף זיך א טעג מיט א געוויסע אמאונט יארן וואס איז אים געווען באשערט, נאר די האסטו עס פשוט נישט געוויסט... וכו', ער וואלט עניוועי געשטארבן, שוין געשטארבן אביסל פריער.... אויף די בעיבי? אויב וואלט זי נאר געווען דריי חדשים וואלסטו אויך געוויינט? און אויב אכציג? סאו אויף וואס וויינסטו? אויף די יארן, און ביי וויפיל מענטשן גייען סתם אזוי די יארן אין גארבעדזש, טראץ וואס אויף די בוקס הייסט עס געלעבט. און אזוי קען מען פילאזאפירן און לאכן דעם מלאך המוות אין פנים, אבער למעשה איז טפשות צו טון אזוי,
איך וויין ווייל איך האב א הארץ, נישט דער פילאסאף אין מיר וויינט, נאר די פרוי אין מיר.
און די אלע וואס ווערן ווילד אויף ווער עס רעדט יעצט וועגן טראפיק לייטס, יא, שכליות'דיג איז טראפיק לייטס, קארס, סעיפטי והמסתעף די פאסיגסטע נושא צו בארירן, אבער משום איזה סיבה שהוא ווילן אבלים רעדן רומאנטיש וועגן גאט וואס איז אראפגעקומען קלויבן בלימעלעך... קרבן ציבור וכדומה, און מען דארף באמת לאזן בשעה שמתו מוטל לפניו צו רעדן די דאזיגע שפראך.
אני כשלעצמי ווער נישט בייז ווען איינער נעמט זיך יעצט פילאזאפירן איבער טויט, רעדן איבער טראפיק, קריטיקירן קול מבשר אדער פארדאמען די סיסטעם פאר עפעס אין די לויה וואס געפעלט אים נישט ; אבער אלס חבר הקהלה פון מענטשן וואס זענען בצער און האבן ליב זיך אריינקוועטשן אינעם צער דאכענע ביז איבערן קאפ, האב איך געשריבן א הארציגן פאעם, וממנו ילמדו וכן יעשו.

כמעט יעדעס ווארט גאלד, האסט מיר אראפגעשריבן מיינע הרגשים דא איבער דאס משוגעת דא פון זיך ארומהארגענען ווי קינדער.
רבותי אז איר זעט א תגובה וואס שמעקט אייך נישט, אדער איגנארירט, אדער דינגט אייך זאכליך, דאס מאכן דער זאך אויף פערסינאל פייט איז קינדעריש, לאזט עס איבער פארן עכטען קאווע שטיבל אדער מקוה. לאטץ רואיג דעם מצב.
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 760
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 11:32 pm
האט שוין געלייקט: 442 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 660 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מאנטאג מערץ 04, 2013 8:48 pm

@יתרו, אויסער קריטיק, וואס נאך האסטו צו זאגן?... :)
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15138
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17860 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18149 מאל

הודעהדורך יתרו » מאנטאג מערץ 04, 2013 8:50 pm

ווילסט הערן אז נאכדעם זאלסטו מיר קענען באגיסן מיט דיין שמעקעדיגע וואסער ? :wink:
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 760
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 11:32 pm
האט שוין געלייקט: 442 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 660 מאל

הודעהדורך ראש המדברים » דינסטאג מערץ 05, 2013 1:08 am

איך פארשטיי זייער גוט וואס קאך לעפל זאגט, אדרבה טראכט א מינוט, ווען די האסט געהערט די בשורה פון דעם בחור וואס איז ליידער נפטר געווארן פון א הארץ אטאקע בשעת ער האט געטאנצען ביי זיין חבר'ס חתונה, אן איבער לאזן דורות, האסטו אויך געוויינט? האסטו אויך גענפערט 20 הודעות אין קאווע שטיבל?
ווען פאראיאר איז א משפחה אינגאנצן ארויף אין פלאמען אין דעם שטאט רחובות א טאטע מיט 5-6 קינדער האסטו אויך געוויינט?
ווען ר"ח סיון האט פאסירט די שודערליכע עקסידענט אין א"י אויפן וועג צום שטאט טבריה און א גאנצע משפחה איז אויסגעמעקט געווארן נאר א קליין 7 יעריגע מיידל נעבעך איז געבליבן, האסטו אויך געוויינט?

אדער איז די תשובה, די בילד מאכט מיר וויינען? די קירבת המקום מאכט מיר וויינען? יעדער וויינט,

אנשטאט צו ענפערן טראכט אריין ביי דיר צו איז דאס וויינען אויף א נפש מישראל? אויף צער השכינה? אדער .........
באניצער אוואטאר
ראש המדברים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 02, 2012 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל

הודעהדורך זר זהב » דינסטאג מערץ 05, 2013 1:10 am

גערעכט. איך געדענק גראדע אז נאך די טבריה מעשה בין איך ארויס אין א רקידה.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4202 מאל

הודעהדורך זר זהב » דינסטאג מערץ 05, 2013 1:47 am

איך האב געהערט אז מארגן גייען ביידע פעמיליס זיצן צוזאמען, משפחת גלויבער קומט אויף וויליאמסבורג.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4202 מאל

הודעהדורך יואב » דינסטאג מערץ 05, 2013 2:52 am

ווי גייט דער ווארט---A single death is a tragedy; a million deaths is a statistic
"Under capitalism, man exploits man. Under communism, it's just the opposite."

John Kenneth Galbraith
באניצער אוואטאר
יואב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1610
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 3:55 am
געפינט זיך: ב"ה אין אַ סטאַבּילן צושטאנד — דער ציבור ווערט געבעטן ווייטער צו מתפלל זיין.
האט שוין געלייקט: 6486 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5863 מאל

הודעהדורך ניו יארק » דינסטאג מערץ 05, 2013 8:58 am

ליידער איז אויף די מעשה נישט דא קיין ווארט, עס איז טאקע ווייניגער ווי א מיליאן, אבער ליידער מער ווי איין נפש.
איך בין גערעכט מיט מיין מיינונג? האסט הנאה פון מיין תגובה? גיב א לייק בילד ®
באניצער אוואטאר
ניו יארק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 815
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 2:28 pm
געפינט זיך: נו...? ווי דען אויב נישט אין ניו יארק?
האט שוין געלייקט: 186 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 406 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » דינסטאג מערץ 05, 2013 9:22 am

זר זהב האט געשריבן:איך האב געהערט אז מארגן גייען ביידע פעמיליס זיצן צוזאמען, משפחת גלויבער קומט אויף וויליאמסבורג.

מסתמא כדי להקל על כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, למנוע טילטולא דאורחא דגברא רבה.
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8491 מאל

הודעהדורך בן תמליון » דינסטאג מערץ 05, 2013 10:30 am

פרישע דעטאלן קומען אפיר איבער דעם מערדער באריכטעט דער דעילי ניוס באריכות. צווישן אנדערע האט פארציילט דער רוצח אקעוועדא פאר פריינט אז ער איז געווען אין א קאר טשעיס דורך איינעם פון זיינע אלטע דראג פיינט ווען ער האט געדריקט דעם געס פעדעל אויף קענט עוויניו. ער האט איינעם געהארגעט אין 1987 און צוויי וואכן צירוק האט איהם די פאליציי אפגעשטעלט דרייוון שיכור מיט רויטע אויגן. שוין פארוואס איז דער פארשוין אויף די גאס מיט א קאר? דער ברוקלין סיסטעם זעט אויס איז ביזי איינשפארן מענטשן ווי ר' אריה לייב גלאנץ צו שיקן מעסעזשעס פאר די ריכטיקע מאפיאנערן חסידים. ביני לביני פארן דא ארום די שעדליכסטע עלעמענטן צו רצח'נען אונזערע זיסע פארלעך און די פיצינקע במעי אמם.

עַל נִפּוּץ אֱלֵי סֶלַע עֲוִללֶיהָ נְעָרֶיהָ
וְעַל דָּמָם אֲשֶׁר שֻׁפַּךְ כְּמוֹ מֵימֵי יְאוֹרֶיהָ

http://www.nydailynews.com/new-york/bro ... -1.1278855
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1455
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1535 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1880 מאל

הודעהדורך יאסעלע וואסער טרעגער » דינסטאג מערץ 05, 2013 10:34 am

קאווע טרינקער האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:איך האב געהערט אז מארגן גייען ביידע פעמיליס זיצן צוזאמען, משפחת גלויבער קומט אויף וויליאמסבורג.

מסתמא כדי להקל על כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, למנוע טילטולא דאורחא דגברא רבה.

ניין נישט וועגן דעם עס האט מיט קיין רבי׳ס גארנישט עס איז אז ביידע עלטערן זאלן קענען באוויינען זייערע קינדער און זייער שרעקליכע פארלוסט ציזאמען...
איך וויל אייך אלע זאגן עפעס!!!
איך בין פון די משפחה!
די פלאץ דא פארשעמט די זכרון פון נחמי און רייזי.
בשעת עס איז דא אן אנדער פלאץ ווי מען קען פון דארט שעפן חיזוק און שטארקייט.
שעמטס ענק טרעפטס אן אנדער נושא ווי עטץ קענץ ווייזן ענקער חכמה און לאזט די נשמות אפ...

עטץ קענץ יעצט אלע חוזק מאכן פון מיר, אבער דער אמת וועט דאס נישט מרחק זיין...
יאסעלע וואסער טרעגער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 170
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 18, 2012 12:53 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 125 מאל

הודעהדורך טעפל » דינסטאג מערץ 05, 2013 10:39 am

יאסעלע וואסער טרעגער האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:איך האב געהערט אז מארגן גייען ביידע פעמיליס זיצן צוזאמען, משפחת גלויבער קומט אויף וויליאמסבורג.

מסתמא כדי להקל על כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, למנוע טילטולא דאורחא דגברא רבה.

ניין נישט וועגן דעם עס האט מיט קיין רבי׳ס גארנישט עס איז אז ביידע עלטערן זאלן קענען באוויינען זייערע קינדער און זייער שרעקליכע פארלוסט ציזאמען...
איך וויל אייך אלע זאגן עפעס!!!
איך בין פון די משפחה!
די פלאץ דא פארשעמט די זכרון פון נחמי און רייזי.
בשעת עס איז דא אן אנדער פלאץ ווי מען קען פון דארט שעפן חיזוק און שטארקייט.
שעמטס ענק טרעפטס אן אנדער נושא ווי עטץ קענץ ווייזן ענקער חכמה און לאזט די נשמות אפ...

עטץ קענץ יעצט אלע חוזק מאכן פון מיר, אבער דער אמת וועט דאס נישט מרחק זיין...

ר' יאסעלע דו זאגסט אליינס אז ס'איז דא ערגעץ אנדערש, בכל הכבוד קיינער איז אייך נישט מכריח צו שרייבען דא, איהר קענט אריבערגיין צום אנדערען פלאץ וואו מען שעפט חיזוק (וואס איז אמת).
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4948 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » דינסטאג מערץ 05, 2013 10:43 am

איך האב געלייקט יאסעלע ווייל ער איז גערעכט אז קאווע'ס סטעיטמענט איז נאריש און באלאנגט נישט דא. אבער איך כאפ נישט פארוואס די מנהלים לאזן נאך צו דעם יאסעלע דא קימען איינמאל און נאכאמאל נאר אויף צו העצן און העצן און העצן. ער האט שוין געסטראשעט אז ער גייט מער נישט דא שרייבען , און ער איז עס מקיים!! ער "שרייבט" נישט ווי א נארמאלע מענטש - ער איז נאר דא צו שימפען און העצן.
איך מיין אז נישט אויף אים אפציטוהן, נאר פאר די טובה פון אלע קאווע שטיבלער'ס דארף מען דעם יאסעלע ארויסשפארען פון דא
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5431 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 11 געסט

cron