מסע המלכות פון פרעזידענט אבאמא קיין מדינת ישראל

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
אנאליזירער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 289
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 9:12 am
האט שוין געלייקט: 203 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 297 מאל

מסע המלכות פון פרעזידענט אבאמא קיין מדינת ישראל

שליחה דורך אנאליזירער »

דער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן מר. באראק אבאמא האט זיך נעכטן ארויסגעלאזט אויף זיין ערשטע אינטערנאציאנאלע נסיעה פון זיין צווייטן טערמין. אבאמא האט אויסגעקליבן אנצופאנגען מיט א באזוך אין מדינת ישראל, ארויסצואווייזן סאלידאריטעט און שטיצע פאר די איינציגסטע דעמאקראטיע אינעם מיטעלן מזרח.

דאס איז אויך געווען א קאמפיין פארשפרעכונג בשעת די מידטוירם וואלן, ווען אבאמא האט געזאגט אז ער וועט באזוכן מדינת ישראל אין זיין צווייטן טערמין, אין רעאקציע צו די טענות אז ער האט נישט באזוכט דעם לאנד דורכאויס זיין ערשטן טערמין.

עס זענען נישט פאראן קיין גרויסע פלענער וואס אבאמא וויל אויפטוהן אין לויף פון זיין נסיעה, דער עיקר איז ארויסצואווייזן פריינדשאפט און נאנטשאפט, מיט די האפענונג דאס צו קענען שפעטער איינקעשן ווען עס וועט קומען צו פארהאנדלען וועגן דעם מדינת ישראל/פאלעסטינער קאנפליקט.

אין בן-גוריון לופטפעלד איז היינט מיטאג פארגעקומען א מלכות'דיגע אויפנאמע מיט דעם טראדיציאנאלן "רויטן קארפעט", וואו אבאמא האט געזאגט אין עברית "טוב להיות שוב בארץ". די בילדער האבן געוויזן די שמייכלדיגע פירער שמועסן פריינדליך צוזאמען, און האט שוין באוויזן צו ווייזן אז אבאמא מיט נתניהו קענען זיך יא דורכקומען און קענען זיך פארשטיין.

די נסיעה האט זיך שוין געלוינט פאר די בילדער...
בילד

בילד

בילד

בילד

נאכדעם וואס אבאמא האט אויסגעטוהן זיין רעקל צוליב די היץ האט נתניהו זיך אויך אויסגעטון זיין רעקל...
בילד

דער אשכול פארמאגט 23 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר