דורך חזקיהו המלך » מיטוואך אוגוסט 07, 2013 12:03 am
@ישמעאל הכהן
אין די גלייבסטעס נאך, ס'הוילע נארישקייטען, די גאנצע באסטען באמינגס איז אינטער געשטעלט, ס'דא אויף דעם פיהלצאליגע באווייזען,
אין ניין ס'איז לאו דוקא "די גאווערמענט", ס'איז אינטערעסען וואס האבען היבש קאנטראל איבער די גאווערמענט, אין זיי ניצען די גאווערמענט פאר זייערע אינטערעסען, אין ווער ס'גייט נישט אין שפאן ווערט עלימינירט, ווי למשל קענעדי,
ניין עלעווען איז פשוט אז ס'געווען אינטערגעשטעלט פין זיי, ווען ס'האלט אנדרעש איז פשוט לא בא לכלל דעת, אדער האט ער קיינמאל נישט איבערגעקוקט די דעטאלען וואס שרייען פין זיך אז די גאנצע אפיציעלע סטארי איז א באבע מעשה,
אין די זעלבע ביי סענדי האק, וואס דארט איז געווען די אמת האב איך נישט ציפיהל אדורעך געטוהן, אבער לויט איז סטאטיסטיקס קען מען נישט גיין צי ראנג מיטען זאגען אז ס'געווארען אינטערגעשטעלט כדי עס צי ניצען פאר א פראפעגאנדע קעגען גאנס, אזוי צי אזוי איז דארט אויך דא היבש קשיות, זיכער האט עס פאסירט זיכער זענען קינדער געהארגעט געווארען, די שאלה איז נאר ווער האט עס געטוהן,
אזאלכע זאכען זענען אלטע טריקס צי סטעדזשען טעראר אטאקעס פאר געוויסע אינטערעסען, היטלער האט עס אסאך געניצט, למשל די רייכסטאג פייער אין קלאמפישע אטאקעס פין פוילען ביי די גרעניץ פין דייטשלאנד פאר די נאצישע אטאקע אויף פוילען, אין אזוי ווייטער,
בקיצור, ס'איז אלעס אלטע טריקט מיט א נייע טוויסט, אין די קינדערלעך גלייבען אלעס ווי די שעפסעלעך, האלאו וועקט אייך אויך, מען פיטערט אייך בערג מיט שקרים, ס'קען ברענגען א ערענסטע שולשול,
הצלחה
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט